א פאר וואכן צוריקהאב איך געזען אין די צייטונגען אז מרימט אויס ר' מ.ג. נ"י. פאר מנדב זיין א הצלה טראק.
איך פארגין אים די כבוד אינגאנצן, ער איז עס ווערד. איך האב נאר אריינגעטראכט אז איך בין א פשוטער ארבעטער וואס מיטשעט זיך ביטער שווער אויף צו צאלן מיין רענט, און איך קען נאר חלומ'ן פון קויפן א אייגענע דירה, און ווער רעדט נאך פון געבן גרויסע נדבות פאר אנדערע.
און דא איז דא איד וואס פון הימל האט מען אים געשאנקען געלד ווי וואסער, און לעבט אין גרויס רייכטום און האט זיך ערלויבט צו געבן פאר די הצלה א נייע טראק.
איך מיין נישט דא אוועקצומאכן זיין גוט הארץ. וואס איך מיין יא צו פרעגן אז למעשה וואלט איך אויך פונקט אזוי געוואלט העלפן ראטעווען אידישע קינדער, אבער פון הימל האט מען מיר נישט באשאנקן מיט אזעלכע גרויסע בענק אקאונטס און וועגן דעם קען איך זיך נישט ערלויבן אזא לוקסוס.
וויל איך וויסן אויב וועל איך קענען האבן א גוטע טענה דארט אויבן אז ווען איך האב ווען געלד וואלט איך געגעבן אין גרויסן און איבעראל וואלט מען גערעדט פון מיר אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך. דא אויף דער וועלט וואלט מען מיר באשריבן אין אלע צייטונגען און יעדער וואלט גערעדט פון מיר מיט רעספעקט, איבעראל וואלט מען זיך געריקט פאר מיר. רבנים וואלטן צו מיר גערעדט מיט א יראת הכבוד, און צו דעם אלעם ווען איך לייג זיך ארונטער און מאך צו מיינע אויגן צום לעצטן מאל, נעמט מען מיר אויף דארט אויבן מיטן זעלבן שמייכל ווי דא.
יעצט איז אלעס להיפך, איך האב קוים צייט צו לערנען, איך מוז זיך יאגן צום טרעין גאר פרי, קוים אראפגעדרייט רבינו תם'ס, בייס אריין אין סענדוויטש אויפן טרעין, און די נאך ברכה מאך איך אין ארבעט, ווען מען קומט צו מיין טיר האב איך קוים א גראשן צו געבן, ווער רעדט נאך פון קויפן אמבולאנסן, און ווען ענדליך קומט דער צייט וועט מען מיר קוים אנקוקן דארט..
איז טאקע אזוי דער חשבון?