היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » Exclusive: טראץ דעם קאמפיין צי באהאלטען

Exclusive: טראץ דעם קאמפיין צי באהאלטען

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1803906

hotwire » 13/2/2006 06:31

לטובת אנשי שלומינו וואס ווילען זיך מצטרף זיין


[בילד – נישט אפגעהיט]

סימןטוב » 13/2/2006 06:38

נו...

hotwire » 13/2/2006 06:42

טרייען נאך אמאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

סימןטוב » 13/2/2006 06:44

מען זעט בחוש די סייעתא דשמיא פון דעם וויליאמסבורגער שטריק. דער רבי זי"ע באמיט זיך פאר אים פון אויבן און ווענדט אן אלע מיטלען אז דאס צעטל זאל נישט ארויפקומען דא...

hotwire » 13/2/2006 06:57

די פראבלעם איז געווען דורך מסורת איך האב עס געלייגט דורך די געהריגע היידפארק

מקוה_איד » 13/2/2006 06:58

mean while, at least tell us what its all about.

בא_ללמד » 13/2/2006 08:24

ס'גייט מיר בשום אופן נישט ארויף, האב איך זיך געמוזט באנוצן מיט דעם:

http://www.megaupload.com/?d=LUSJ3J5G

פנחס_מיילך » 13/2/2006 10:53

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

מבני_בניו » 13/2/2006 16:25

איך האב געהערט אז די זאליס האבן דא גאר א באהלאטענע כוונה.
זיי ווייסן זייער גוט אז רוב זאליס אינטערסירט ר' ז"ל ווי די פאריעריגע שניי (די נעכטיגע אינטערסירט שוין מער), און זיי גייען אים דראפן אויב ער האט נישט ראדני.
וועגן דעם האבן זיי יעצט שנעל צאמגענומען אונטערשריפטן, ווילאנג זיי זענען הייס, וואס מגייט נאכדעם נוצן זיי צו צווינגען צו קומען צו די נייע קהילה און זיך אונטערווארפן אונטער ר' ז"ל, ווייל האסט דאך אליינס אונטערגעשריבן!

האטבטחון » 13/2/2006 16:34

איך קען ענק נאך נישט זאגן די פלענער מיט די אינטערשריפטן, אבער פאר אלע סאטמארע וויל איך דא זאגן עס קימט זייער גיטע צייטן,

שלום_משה » 13/2/2006 17:30

האט נישט ראזענוואסער גע'פסקנט אז נאר בערל פר"מ קען פאר ריפען וואלן???

העטעכפעטעך » 13/2/2006 17:45

האביטחון

כן דברת

יפה דברת

אוי קומט גיטע צייטן פאר סאטמאר

התיצבו וראו את ישועת ה'

זעסט איך בין איינשטימיג מיט דיר [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]

אומדירעקט » 13/2/2006 17:54

זאל מיר קיינער נישט פארציילן א חודש ארום, אז די זאליס האבן בכלל נישט געדארפט ראדני...

האטבטחון » 13/2/2006 17:56

העטעכפעטך

וואס איז געשען מיט ראדני??????

דאס האט מיט די סודות וואס זענען ארויס גערינען דא אויף הייד פארק?????

הדף_בטעינה » 13/2/2006 18:00

אומדירעקט זאל מיר קיינער נישט פארציילן א חודש ארום, אז די ארוינים האבן בכלל נישט געדארפט ראדני...

העטעכפעטעך » 13/2/2006 18:18

האטבטחון

די שטעלסט דיך אהער מכלומרשט אלס דער גרויסער בעל בטחון, ווארט צי אביסעל האב בטחון אביסעל.

אבער איין טעות מאכסטו הרב בטחון, דיין בטחון באשטייט אז די פארלאזט דיך אויף משה גאביטש אין אויף זיין ליגעל טים.

אבער אונז פארלאז מיר זיך אופן איין איינציגער באשעפער, אז ער וועט עס פירן צום גוטן.

אויף ענק איז געזאגט געווארען דער פסוק ושוא תשועת אדם, עס וועט זיך בעזהי"ת זיך גארנישט אויס לאזן מיט ענקערע הבטחות עס וועט מקוים ווערן דער פסוק אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפול תיפול.

אין אויף אונז איז געזאגט געווארן דער פסוק באלקים נעשה חיל והוא יבוס צרינו.


abi_gezint » 13/2/2006 20:42

Just a little question How does it work in the USA Court Order versus let's say 6,000 signatures that oppose the court order who wins Do you think that this can be a reason why the apeals court should accept the appeal

יענקעלע11 » 13/2/2006 21:30

וואס דארפסטו צוקומען צו די 6000 אינטערשריפטן, ווען דער רב כ"ק הגה"צ שליט"א דער ידו ידי בכבודו ובעצמו האט פראקלעמירט אז ער ווארפט ארויס ר' בערל פריעדמאן, ער האט געזאגט מיט א קול גדול ונורא אז וואס דער שופט זאגט איז גארנישט ווערט און נאר ער מיט זיין מעכטיגן כח התורה וועט געוועלטיגן,

אך דא עקא, אז ליידער ליידער דא אויף דעם עולם השפל ווי דער הסתרת פנים איז אזוי מעכטיג, און דער כח הס"מ איז ליידער זייער שטארק, דא איז ראזענוואסערס פסק פיל קראפטיגער און קראנטער ווי דער פסק הלכה פונעם טשיף, יא, אויבן אויפן עולם האמת, ווייסט מען קלאר אז דער פסק הלכה פונעם ידו כידי איז שטארקער, און אויב וויל ער ארויף גיין אויבן וועט ער זיכער גלייך געווינען, און ער וועט קענען געוועלטיגן אויף גאנץ סאמאר, אבער ווי לאנג ער איז דא אויף דעם עולם השפל, וועט ער געצווינגענערהייט זיך מוזן אדהירן צו ראזענוואסערס פסק, TOO BAD.

kerry08 » 13/2/2006 21:51

ניין.
די סיבה לכך איז צו לייגען דרוק אויפן אפעלאט געריכט אנצונעמען די זאך, אדער עכ"פ צו באקומען א סטעי.

זיי מוזען ווייזען אז די התנגדות צו בערל פרידמאן איז שטארק.

האטבטחון » 13/2/2006 22:00

יא, אויבן אויפן עולם האמת, ווייסט מען קלאר, און די וועסט אי"ה אויך וויסען בקרוב,

יענקעלע11 » 13/2/2006 22:06

האט בטחון,
איך בין שטארק באגייסטערט פון דיין געוואלדיגן בטחון,
און כאטשיג דיינע אלע פאראויס געזאגטע נביאות'ער, איז קיינמאל נישט
צושטאנד געקומען, עם כל זה, בלייבסטו שטארק מיט דיין מידת הבטחון
                          חזק ואמץ.

ראדני152 » 13/2/2006 23:22

Exclusive: טראץ דעם קאמפיין צי באהאלטען דער קעפל פון אשכול איז זייער פאני עס ווער האט געהייסן באהאלטן, קיינער שעמט זיך נישט דערמיט, נאר וואס דען די ארוינים זענן זייער צומישט, צו זיי האבן געווינען אדער נישט

hotwire » 14/2/2006 00:14

זעהט אויס ראדני אז די ביסט נישט געווען ביי די דרשה, די צעטלעך האט מען נאר ארויסגעגעבען איינס אויף א מאל געמאכט זיכער אז יענער חתמ'ט אין תיכף צוריק גענומען עטליכע האבין פראבירט צונעמען די צעטליך אין די טאש האט מען עס תיכף אוועק גענומען, אפילו סתם ליינען האט מען נישט געלאזט נאר אויב מען האט געהאלטן ביי אינטערשרייבען

אומדירעקט » 14/2/2006 00:38

ריכטיג! איך אליין האב דאס היינט געפעקסט "פון דא אין הייד-פארק" צו מיינע ידידים "וואס זענען געווען" נעכטן ביי די דרשה, אבער דעם צעטל האבן זיי נישט געהאט געזעהן.

יישר כח hotwire, פארן ארויפברענגן דעם אשכול, א דאנק דעם האבן מיר היינט די צעטל.


זאלי, מיר בעטן ביי דיר בתחנונים, קומענדיגע מאל שטעלסט זיך אויף צו רעדן, זאג יא קודם א שטיקל דרוש/פלפול/אגדה. אזוי ווי דער טאטע זאל זיין געזונט פלעגט אלעמאל טוהן. נישט הייב גראד אן אן קיין שום הקדמה.

דו ווייסט אליין פארוואס איך בעט עס...