ווער נאך האט גערעדט?
ווער איז אלץ דארט געווען?
פאליס?
קיינער האט נישט גערעדט נאר רז"ל, אין נאכדעם האט מען אויסגערופען אז מ'גייט דאווענען מעריב
אויב איינער פון די תמימי לב האבן זיך נאך אמאל איינגערעדט, אז דער ר' זלמן לייב איז א נועם המידות, און א צוגעלאזענער, איז יעצט נתגלה העטרה!
טראכטס אריין פארוואס ער פארפירט אזוי מיט אזעלעכע באנומענע קולות, וועגן זיין סעלפישע אייגענע כבוד.
ער האט נאך קיינמאל נישט אזוי פארפירט ווי איצט.
אלעס וועגן זיך, זיך און נאכאמאל זיך.
דאס איז א נועם המידות רב?
יעדער זעהט ווי עס פלאקערט א פייער פון מחלוקה, אידישע קינדער האבן זיך פיינט, קומט דער רב שטעלט זיך אויף און גיסט צו אויל צום פייער, האלט א העצערישע דרשה קעגן טויזענטער סאטמארע אידן אז אלע זענען נעאלאגן, זיין ברודער ר' אהרן איז א נעאלאג, זיין ברודער ר' שלום אליעזר איז א נעאלאג, זיין שוואגער ר' בעריש מייזליש איז א נעאלאג, אלע זייער קינדער זענען נעאלאגן, ר' בערל פרידמאן, ר' דוד הויער, ר' יקתואל הערש וו"ב, ר' אברהם ווידער, אלע זענען נעאלאגן, און קליפות וואס דער רבי זי"ע וואלט לוחם געווען קעגן זיי...
פארוואס, ווייל ער האט פארלוירן א קארט קעיס!!!!!
איך וויל איינער זאל מיר זאגן מיט א גראדן פנים צו ר' זלמן לייב גייט נישט בראטן אין גהינם פאר אזא דרשה.
האט איר שוין געזען ר' אהרן ט"ב זאל אמאל זאגן א דרשה און נישט אנפאנגען מיט א דבר תורה, אפילו אין די אנגעצויגנסטע צייטן?
עס קומען זיך צוזאם הונדערטער אידן אונטער איין דאך און זיי קענען נישט האבן די זכי' צו הערן איין אידיש ווארט פון דעם פויער'ס מויל, חוץ קללות נמרצות. ער גייט אזוי ווייט און דערקלערט תיכף ביים אנפאנג אז ער גייט נישט זאגן קיין תורה.
אבער איין רגע... וואו האב איך נעאלאג די חוצפה מוסר צו זאגן פאר דעם חסידישן רב?
וועמען עס באדערט אמת'דיג ר' זלמן לייב'ס דרשה איז די נעאלאגן, וואס עסן זיך אז מען רופט אונז כניאקישע חסידישע פערדן מיט'ן נאמען נעאלאגן [בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - wassa_dif - 14/02/2006 6:54:50מענין לענין באותו ענין
http://newyorkmetro.com/nymetro/news/religion/features/6309/
איינער האט נעכטן אין ביהמ"ד דערציילט די מעשה אז ווען מהאט געזאגט פאר רבינו שליט"א אז קאשויער רב איז קעגן סקול דיסטריקט, האט דער רבי געזאגט, "מילא ווען קאומא איז קעגן סקול דיסטריקט און קאשויער רב שטיצט עס, איז דא פארוואס צו זיין באזארגט, אבער אז קאומא שטיצט עס און קאשויער רב איז קעגן איז אלעס אין בעסטן ארדענונג".
דא איז די זעלבע, סאיז מיר סאך בעסער אז ראזענוואסער זאגט יא און הגז"ל זאגט ניין.