היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קידוש השם פון סאטמארע בחורים שב"ק!

קידוש השם פון סאטמארע בחורים שב"ק!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1803879

אנטוערפןרב » 13/2/2006 04:23

נאך די הערליכע טיש וואס די רב שליט"א האט געפירט מיט די בחורים שבת צופרי, וואו די גאנצע עולם איז ארויס פול מיט חיזוק, זעענדיג אז סאטמאר בלייבט סאטמאר אין יעדע מצב, און אז די גאנצע עולם וועט זיך אלעמאל האלטן מיטן רב שליט"א און מיט די אמתע סאטמארע שיטה, האט מען געקענט מיטהאלטן א מעמד קידוש ה' ווען די בחורים זענען ארויס אויפן גאס און געזען אפאר פון די קצה המחנה, אויך אפאר ארונים, מחלל זיין די שבת קודש בפרהסיא רח"ל, האבן זיי מוחה געווען בקול רעש גדול אזויווי מדארף טון מיט אזעלכע רשעים.
גאנץ וויליאמסבורג האט מיטגעהאלטן אז סאטמאר וועט אי"ה אלעמאל בלייבן סאטמאר, און די כח פון קדושה וטהרה וועט מען קיינמאל נישט קענען צוברעכן!!!

ווארהייט » 13/2/2006 04:42

א בושה און א חרפה, בחור'לעך שרייען אויף פרויען

אין סאטמאר האט מען דאס קיינמאל נישט געזען

שלום_משה » 13/2/2006 04:44

וואס איז פארגעגאנגען?????????????????

kerry08 » 13/2/2006 06:33

יא, עס איז נישט קיין סוד אז דעם שבת האט מען געמוזט ווייזען אז מען עקזיסטירט פאר יעדע פרייז.

און פארדעם האט מען גזעהן וויאזוי די בחורים שרייעןאויף פרויען כגרועים שבאומות.
יחי ר'הלל וויינבערגער