היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חמשה עשר טיש דורך סאטמאר רב שליט"א

חמשה עשר טיש דורך סאטמאר רב שליט"א

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1803722

האטבטחון » 12/2/2006 23:37

עס איז יעצט געקומען א מעלדונג פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אז די רב שליט"א וועט אי"ה מארגן —
מאנטאג חמשה עשר — פארנאכטס פירן טיש אין בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט!

שלום_משה » 12/2/2006 23:49

פפ

תוקן על ידי - שלום_משה - 12/02/2006 23:51:36

הדף_בטעינה » 13/2/2006 08:46

מארגען 5:30 מיט אלע בחורים פון די ישיבת, און די קינדער פון חדר, מען רישט זיך אויף א גרעסערע עולם פון היינט נאכט, דאס הייסט א קנאפע 7 טויזענט מענטשן,

העטעכפעטעך » 13/2/2006 20:33

כאפטס אריין ווי לאנג מען לאזט ענק

ווי גייט דער ניגון

היינט איז פורים מארגען איז אויס וכו'

פאטאקי08 » 13/2/2006 20:39

הדף בטעינה
האסט נישט גוט גערעכענט
בוחרי הישיבות מיט די קינדער קומט אויס
בערך צווישן 30 און 100 טויזענט...!!!

ראדני152 » 13/2/2006 23:17

עס ווערט שוין יעצט געגרייט די הערליכע טיש, לאמער זעהן אויב די ארוינים וועלן האבן גאט'ס צו קומען?

abi_gezint » 13/2/2006 23:29

Just dont even think that we will come there We just listen to our ראשי הקהלה When they will tell us to be there we will be there and not when you want us there

אייןסאטמאר » 14/2/2006 00:59

געדענקט איינער ווען רביה"ק זי"ע, אדער יבלח"ט רבינו שליט"א האבן געפירט א חמשה עשר טיש אז זייער אזויגעריפענער ממשיך דרכם פירט?

הדף_בטעינה » 14/2/2006 01:11

אייןסאטמאר זעהט אויס די שעלסט אז די ביסט נישט היינט און ראדני,

אייןסאטמאר » 14/2/2006 01:24

אקעי, איין תירוץ האב איך שוין געהערט,  יעצט וויל איך בעטן דעם שוטה צו זיין שטיל אביסעל, און לאזן די נארמעלע מענטשן ענטפערן.

פאטאקי08 » 14/2/2006 01:32

הדף
152
האט בטחון
נו האט שוין די מרה דאתרא פון די קהלה שוין באקומען די וואך זיין וועדזש?

אויב יא פון וועם?

קושקע » 14/2/2006 03:45

מ'האט יעצט אריינגעברענגט פארן צ'יף ראביי א ריזגער טאץ אנגעהויפענט מיט טריקענע פייגן, וואס פאסט זיך זייער לכבוד המעורא,

נאך יארן הארוואניע איז מען געבליבן מיט א פייג!

איבערס יאר האפט מען צו סערווירן פעטע פייגן.

וילי_ראביי » 14/2/2006 04:00

דעס שרייבט צאנז קאורט אין אנדערן פארום.

אשרי עין ראתה כל אלה!

וואויל איז געווען פאר די אויגן צו זען דעם ט"ו בשבט טיש וואס הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א האט געפראוועט במעמד פון טויזנטער אנשי שלומינו חברי הקהילה דק"ק יטב לב דסאטמאר, אין בית מדרשינו הגדול אויף ראדני סטריט, וואס איז ווידער געווען א כנסי' לשם שמים, מיט געהויבענע דביקות'דיגע געגועין לאבינו שבשמים, ולמלא רצון קדשו של מרן רביה"ק זי"ע ויבלחט"א כ"ק מרן רבינו שליט"א ובנו הגאון הצדיק הגאב"ד שליט"א.

דער רב שליט"א האט אינמיטן טיש געזאגט דברי תורה, במעמד פון די טויזנטער חברי הקהילה לכבוד ט"ו בשבט, און צום סוף פון די דברות קודש האט דער רב שליט"א איבערגע'חזר'ט דעם פסק-דין אלס מרא דאתרא, אז די פערשוינען וואס ווילן זיך ארויפצווינגען אלס ראשי הקהילה דורך ערכאות של עכו"ם נגד דין תורתינו הק', האבן נישט קיין שום תוקף און זייערע אלע פעולות זענען בטלין ומבוטלין, בעבר, בהוה ובעתיד. עס איז קעגן דת תורתינו הק' און קעגן שלחן ערוך, וואס נאר דאס איז מחייב די חברי הקהילה.

דער רב שליט"א האט דערציילט וועגן די מחלוקה קעגן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואו עס איז געווען אקוראט די זעלבע ווי יעצט, ווען איינער האט געוואלט אריינקומען אלס ראש הקהל אין סאטמאר דורך ערכאות, און נאנט צו 70 גדולי ישראל האבן געשריבן תשובות אז זיי זענען נישט קיין ראשי הקהילה.

צום סוף פון זיינע פייערדיגע דברות קודש האט דער רב שליט"א מתקן געווען א נייע תקנה אז דאס גאנצע בית המדרש וועט פון היינט און ווייטער זיין געווידמעט נאר פאר לימוד התורה, מען גייט עפענען די ווענט פונעם בית שני און אין גאנצן בית המדרש וועט מען אריינשטעלן טישן און בענק צו קענען לערנען בחברותא, טאטעס מיט קינדער, יונגעלייט מיט חברותות אדער מיט בעלי בתים, מיט די הילף פון התאחדות אברכים שע"י קהלתינו הק'.

נאכדעם האבן גערעדט דער גבאי הקהילה הרה"ח ר' מאיר שניצלער שליט"א און דער ראש הקהל הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א וועלכער האט דערציילט וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט אים כמה פעמים מבטיח געווען בפה קדשו.

די שטימונג ביי די מסיבה איז געווען איינדרוקספול. עס איז געקומען טרערן פון די אויגן פאר התרגשות זעענדיג די טויזנטער יונגעלייט בעלי בתים און בחורים, דער לגיון של מלך, וואס וועלן זיך האלטן מיט מסירת נפש געטריי צו די הנהגת התורה פון אונזער מנהיג רוחני הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א.

נאך די מסיבה איז ארויפגעקומען ביי מיר אין געדאנק דער ערשטער קאפיטל אין תהלים:

אשרי-האיש, אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד; ובמושב לצים, לא ישב:
כי אם בתורת ה' חפצו ובתורתו יהגה, יומם ולילה:
והיה, כעץ שתול על-פלגי מים אשר פריו יתן בעתו, ועלהו לא-יבול; וכל אשר-יעשה יצליח:
לא-כן הרשעים; כי אם-כמץ, אשר-תדפנו רוח:
על-כן לא-יקמו רשעים במשפט; וחטאים, בעדת צדיקים:
כי-יודע ה' דרך צדיקים; ודרך רשעים תאבד:

ראדני152 » 14/2/2006 04:38

יא עס איז געווען א מורדיגע דרשה,

גאסט » 14/2/2006 06:31

ווי מ'זאגט מען האט געגעבן טריקענע פייגן ביי די גרויסע באקסער(ס) טיש

מבני_בניו » 14/2/2006 06:40

איך הער אז יענקל כהנא האט פארלאנגט ממש מזאל זיך לאזן הארגענען פאר זלמנס וועגן.

13Hooper » 14/2/2006 07:29

איך הער אז  דער עולם האט זייער געלאכט ווען ר זלמן לייב האט געזאגט אל יפטר אדם מחבירו אלא מתוך דבר הלכה 
פיו הכשילו[בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 7:30:30

אומדירעקט » 14/2/2006 15:53

איך הייב אן צו ציטערן געפערליך, דאס איז שוין די "צווייטע" מאל וואס ער זאגט אז מיר גייען קעגן די תורה, נאך איין מאל ער זאגט עס געב איך אויף!! אנטשולדיגט אבער איך קען נישט מער אזוי אנגיין...

אייןסאטמאר » 14/2/2006 20:32

און איך האב מיך דערמאנט פון א צווייטע פסוק אין תהלים, געעזאגט אין נעכטיגן יום.

נחית כצאן עמך ביד משה ואהרן