דעם שבת שירה איז געווען א דערהויבענעם שבת אין אלע יודישע געגענטער ווי אחינו בני ישראל תלמידי וחסידי רבינו הקדוש זי"ע ולהבחל"ח כ"ק רבינו שליט"א האבן אפגעגעבן א ריכטיגע שבח והודי' פאר השי"ת אז נאך קנאפע זיבן יאר נאכדעם וואס די יחידים המשתטלים על הצבור האבן פרובירט חרוב צו מאכן אונזער קהלה הייבט מען שוין אן צו זען א שטראל פון האפענונג און אין די נאנטע טעג וועלן מיר אי"ה זיך קענען צוריקקערן צוזאמען מיט אחים לדעה במקום שהתפללו רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחל"ח כ"ק רבינו שליט"א.
וויליאמסבורג- אין דרייצען הופער האבן די הונדערטער מתפללים געשטראלט פאר שמחה, די הודו האט מען געזאגט מיט א געוואלדיגער ברען. ר' יצחק דער וויצע פרעזידענט האט געדאווענט קבלת שבת פארן עמוד.
אין ראדני איז געווען "שבת בשלח" וועלכע ווינקל מען האט זיך געדרייט איז געווען אנגעזויערט איינער האט געזוכט חיזוק ביים צווייטען און אזוי ווייטער.
אין קרית יואל האט געוויילט שבת הגה"צ אב"ד אנטווערפן און לויט ווי איך הער איז געווען א הערליכער שבת.
ווער עס האט מער פרטים זאל ביטע שרייבן.