בא לשקר מען האט שוין אזוי פיל מאל גערדט דערפון קיינמאל האבן ענק נישט מאסקים געווען
בא ללמד
עס איז שוין צי שפעט
די באן איז שוין אפגעפארן איינער וואס גייט אין קארט קען נישט דערנאך קימען צי דין תורה
זיי האבן געוואלט גיין אין קארט, דאס האבן זיי באקימען
זאל עס זיין א גיטע לעקציע פאר יעדער וואס טראכט נאר פין נישט גיין צי דין תורה!!!!
ווייסט איינער צו ע"פ הלכה קען מען יעצט נאך גיין צו דין תורה? ווען זיי זעהן אז זיי האבן פארלוירן אין קארט
קענען זיי שוין באשטיין צו גיין צו דין תורה! איז שוין דערנאך ? אדער נישט?
טאמער די אהרונים וועלען זיך נישט וועלען שטעלען צו קיין דין תורה, קען מען האקען און בראקען,
עס וועט קיין דין תורה נישט זיין. וה"ה אויב די זאלונים וווילען נישט, געדענקט, א דין תורה
מוז זיין "צוויי צדדים" זאלען מסכים זיין.
ע"פ הלכה, קענען די זאלונים רופען די אהרונים און נישט פארקערט, וווייל סוף סוף זענען די
אהרונים די וואס זענען געגאנגען אין ערכאות, מיט אדער אהן א היתר בי"ד.
אבער וואס איז נפק"מ די הלכה? איינער קימערט בכלל אויף דעם?
דערווייל האבען די זאלונים א גרויסע פראבלעם! און לכאורה האבען זיי נישט קיין גרויסע שאנסען.
די זאלונים זענען געווען די וואס האבן נישט געוואלט גיין צי דין תורה
ווייל זיי האבן געהאלטן אז אין קארט האבן זיי בעסערע שאנסען
אפילו זיי וועלן איצט יא וועלן קימען צי דין תורה
וועלן זיי קודם מיזען ארויס גיין פין די אפעלאט קארט, פארדעם איז נישט דא וואס צי רעדן
אין דערנאך וועט מען דן זיין צי מען דארף בכלל גיין מיט זיי צי דין תורה, צי בי"ד איז בכלל נזקקים צי זיי
די זאליס זענען יעצט די גרעסטע FOOLS ווייל די מציאות איז אז די זיי זענען יעצט די וואס גייען אין קארט, קען אז זיי מעגן ווייל די אהרונים זענען לכתחלה געגאנגען, אבער די הארבע פראגע איז:
דארף מען נישט האבן א געשריבענע היתר בי"ד?
פארוואס האבן די אהרונים יא געדארפט און זיי נישט?
איינמאל איינער גייט אין קארט, מעג די אנדערע צד אויך גיין, מען איז זיך נישט מחוייב צו לאזען
שפייען אין די קאשע.
די אלע שמועסען זענען איבריג, ווייל קיין "דין תורה" דורעך א בי"ד וועט קיינמאל נישט זיין,
טאמער עפעס וועט זיין א בוררות, און צו דעם מוזען ביידע "וועלען" גיין צו דין תורה.
דאס וועט נאר געשעהן אויב "ביידע" וועלען פארלירען אין קארט, ד.ה. למשל אז לויט די קארט וועט
בערעל זיין פרעזידענט און ר' זלמן לייב די רב, דעמאלס וועלען ביידע וועלען ארויס פין געשעפט
לכאורה.