היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1797228

אנטוערפןרב » 8/2/2006 03:39

זייט דעי קנאקעדיגן דורכפאל פון די אהרונים שמיני עצרת, ווען דער אייבערשטער האט זיי ארויסגעווארפן פון ראדני דורך אפאר פון זיינע געטרייע שליחים, זענען זיי שווער צוזיך געקומען פון די דורכפאל, און זיי האבן געוואלט צורייסן זייערע פארפירערס וואס האבן זיי שוין די טויזנטסטע מאל אריינגעפירט אין באד אריין, מיט די וועש...
אבער זייערע פארפירערס האבן זיך געטרייט צו דיפענדן, און זיי האבן צוגעזאגט פאר זייערע קעלבעלעך אז סוועט אלעס זיין גוט, סדארף נאר קומען נאך א מיטואך, און אלעס וועט זיין אזוי ווי זיי ווילן.
פארשטייט זיך אז סאיז שוין אדורך ווייסעך וויפיל מיטוואכס, און דערווייל זענען די אהרונים ווייטער געהרעיג בעה"ב אין 152 הופער. און אין 163 ראדני. און די קעלבעלעך בורטשען כסדר פאר די פארפירערס, אבער ראזענבערג און האראוויטץ זאגן נאן סטאפ אז סוועט זיין גוט.
ווען די אהרונים האבן שוין ארויסגעגעבן זייער פאלשע דרעפט פון די אפיעלס קאורט, און מהאט שוין געזען אז זיי גרייטן זיך אויפן ערגסטן ביים אפיעל, נאר זיי טרייען צו ספינען די בעסט וואס מעגליך פאר זיי ביים אפיעל, האבן שוין רוב אהרונים אנגעהויבן זען אז סאיז צרות, און אנגעהויבן דרייען א קאפ פאר זייערע פארפירערס, און געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב זיי גייען פארלירן.
דעמאלטץ האבן זיי גענומען א נייע סטרעטעזשי, אז זיי גייען פארקויפן אז ראזענוואסער ווארט אויפן אפיעל, און ער וועט שוין מסדר זיין יעדעם.
למעשה ווי סהאלט יעצט, זאגן זיי שוין אליין שטילערהייט אז פון ראזענוואסער גייען זיי אויך גארנישט האבן, און די פארפירערס האבן נאך נישט קיין וועג ארויס וואס מגייט זאגן פאר די קעלבעלעך ווען ראזענוואסער וועט זיי לייגן אין בית החיים... לעבעדיגערהייט...
יעצט קומט די מיליאן דאלער שאלה: וויאזוי גייט אויסקוקן די מאונראוער וויזשניצער פארטיי נאכן סתימת הגולל פון ראזענסוואסערס פסק?!
גייען זיי גענצליך צופאלן?! וויפיל פון זיי גייען סוויטשן פארטי ליינס?! גייען זיי שוין דעמאלטץ איינזען וואסארא טיפשים און משוגעים פירן ענק?!

שלום_משה » 8/2/2006 03:55

אנטווערפענער רב

[בילד – נישט אפגעהיט]עס פאסט נישט אז א רב בישראל זאל אזוי רעדן
א רב האט א איידעלער שפראך[בילד – נישט אפגעהיט]

פאקטיש » 8/2/2006 05:18

בעלגישער פערד דו האלסט אז די נעלאגן אדער סטאטוס קווא פון ביסטריץ איז גרעסער אדער ערליכער ווי וויזשניץ אדער די פאלע אפיקורסים פון טשענטכאוויץ, איז פלוצים ערליך געווארן

ראדני152 » 8/2/2006 05:35

אנטווערפןרב A1

ארוינים טייערע נעמטס ענק אריין און קאפ. ראזעוואסער גייט ענק גארנישט דעליווערן. פאר עס וועט זיין צו שפעט. ווייל טאמער בלייבט עטס מיט די איינרעדניש. האב איך מורא אז ווען עס וועט קימען די טאג און ראזענוואסער גייט ענק געבן א מעכטיגע זעטץ. וועט נישט זיין געניג בעטן און שפיטאל. סא בעסער הייבט שוין אן איין זעהן דעם אמת. ווייל צוביסלך נעמט א מענטש אן שלעכטע נייעס גרינגער

feineryid » 8/2/2006 06:05

צים אנטווערפענאר וויא עס איז באקאנט האט מוה ר אהרן שליטא טויזענטער חסידים וואס ווארטען ביי עם ביי די טיר פאר זיין ברכה ביי א יעדע שמחה אבער חנוכה>פורים>ביי די הייליגע טעג אין אזוי אויך א גאנץ יאר ווען זיינע חסידים מאכען א שמחה עס איז א פאקט וואס מזעט די ציגעבינדענקייט פין טויזענטער יודן צי מוה ר אהרן שליטא א)דאס איז קודם כל באשר ער איז דער ממשיך פין דעם שלשלת הזהב פין די הייליטע טייטעלבוים צוייג לעבען זיין טאטען השם יחלימהו ב) באשר מוה ר אהרן איז א גדול בתורה, תורה פליט נישט אין קאפ סתם אזוי, נאר ממוז הארעווען אין תןרה פאר לאנגע יארען אין נאר דעמאלט קען מען לערנען........אין מוה ר אהרן הארעוועט לאנגע יארן אויף תורת ה" ג)ער טוט אלעס וואס איז בכוחו צי העלפען יודן וואס זענען אין א עת צרה הן בגיפו והן בממונו אוודאוי וועט דער בן פראדעל קליקע חוזק מאכען אין זאגען עס איז א חסידים= בהימות אזוי וויא עס איז געווענדלעך זייער נידעריגער נוסח יעצט לאמיר זען אנווערפענער: וייס מיר חאטש איין מענטש >איך מאך נישט קיין שפייז , וייז מיר חאטש איין מענטש אין דיין פארטיי אין טאקע די אליין אויך , וואס גלויבט אין ענקער מנהיג אמונת צדיקים דער ענפער איז: א גרויסע ZERO OOOOOOOO !!!!!!!!!!!!!! ענקער גאנצער חסידות באשטייט פין זיין א קעגען דעם א קעגען יענעם אבער א קעגען ר אהרן אבער עצס אליין האטס א גרויסער OOOOOO אין עטס אליין גלייבסט נישט אין ענקער מגהיג אין עטס מאכטס אליין חוזק פין עם עטס זענטס בטבע שטויסערס אין אפגעריסינע קאמפלענערס אין א ציזאםלויף פין איינגעזעצענע קאמפלעינערס , ניצט עטס אויס ז"ל פאר ענקערע צוועקען וויא לאנג עס וועט ענק דאס לוינען אין דערפאר דארפט עטס זיך בעטען מיט קראקעדעיל טרערען אז ענקערע מעמבערס זאלען באצאלען די מעמבערשיפ געלט אין די מעמבערס פייפן אויף ענק

ראדני152 » 8/2/2006 06:42


[בילד – נישט אפגעהיט] נאך די ראזענוואסער פסק וועט ר' אהרן שוין נישט קלאטשן

feineryid » 8/2/2006 11:41

ראדני מענטשעלע: די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר מוה ר אהרן שליטא איז א גדול אין איז היינט שוין א רבי פין טויזענטער סאטמערע חסידים לעבען זיין טאטען שליטא ה" יחלימהו וירפהו דאס איז א פאקט , בלי נפקא מינה צי ער האט ראדני אין די מוסדות אין די הענד אבער נישט, די באן מיט שלומיי אמוניי ישראל ומלכהם בראשהם איז שוין אויף די הויפט וועג מיט מוה ר אהרן בשליטא בראש, מוה ר אהרן איז דער גדול בתורה אין דער חשובסטער פין די אייניקלעך פין ישמח משה וכו" וואס איז ראוי ווייטער צי פירען די שלשלת הקדוש פין די משפחת הצדיקים של התמרים וואס עס האט געגרינדעט דער הייליגער בעל ישמח משה זי"ע איך וייס גאנץ גיט אז די מיט דיינע חבירים לרעה לאכען דערפין אבער מיר וועלן זיך טרעפען אין פינעף זעקס יאר ארים וועסטו זעהן אז טויזענטער מענטשען די אמתדיקע געטרייע חסידייי סאטמער וועלען זיך שטיפען ביי זיין טיר יראו ישרים וישמחו!!!!!!

feineryid » 8/2/2006 13:18

איך וויל צילייגען א גוט ווארט וואס איך האב געהערט בשם רב פאלאק מסביר צי זיין די באציענגון פין די דיינים אין אנדערע רבנים לגבי דאס רבנות פין מוה ר אהרן שליטא: די סיבות פין זייער צרות אויסטיילען אין זייער טראבל מעקינג סטייל א קעגען מוה ר אהרן שליטא: זיי וייסען אז אויב ווערט מוה ר אהרן שליטא רבי >וווערן זיי בטל ככליפת השום א קעגען מוה ר אהרן שליטא הן בתורה והן במנהיגות IT MAKES A LOT OF SENCE אבער עס וועט זיי גאר נישט העלפען!!!!!!!!!!! ֱ

האטבטחון » 8/2/2006 23:17

אנטווערפן

ווי אזוי עס זעהט יעצט אויס, וועט ראזענוואסער פאסקענן לטובת די ארוינים , ווייל זיי ווייסן ווי אזוי עם צו שמירן, אבער ביי די אפיל פון באראש, שטייט סאטמאר סך שטערקער מיילא קען ראזענוואסער זאגן וואס ער וויל, און אויך אינז וועלן אי"ה באקימען גראד ווען ראזענוואסער געט זיין פסק א סטעי פון די אפילס, מיילא וועלן זיי אי"ה נישט זעהן קיין זיג פון ראזענוואסער

בא_ללמד » 8/2/2006 23:24

ס'איז נאריש זיך צו טענה'ן אויפן עתיד, פאר זיבן יאר צוריק וואלט קיינער נישט פארגעזען אז ס'קען אפילו אמאל קומען צו אזא סארט דעבאטע.

אבער איך בין באמת נייגעריג אויב די זאליס האבן עפעס א פלאן וואס זיי גייען פארקויפן פאר זייערע נאכשלעפער אויב זיי וועלן פארלירן אין געריכט.

די לעצטע זיבן יאר זענען די זאליס כסדר פארזיכערט געווארן איינמאל און נאכאמאל אז העברת פי ה' היא לא תצלח, און ס'איז נישט מעגליך אז די אהרונים זאלן געווינען אין געריכט ווייל זיי זענען שקצים.

וויאזוי גייט מען טוישן דעם סלאגאן ?! צו גייט דער באשעפער מיטאמאל ווערן משוחד פאר די אהרונים ?! אדער דאן גייט דער אבן עזרא ווערן איבערגעדרוקט מיט פרישע לשונות ?!

דאס איז שוין אויסער די פראגע וואס רז"ל גייט טון און וואו ער גייט גיין אא"וו.

ונזכה ונחיה ונראה.

יענקעלע11 » 8/2/2006 23:26

[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]

האט בטחון,
ווי אזוי הייסטו אויף ענגליש???
WISHFULL THINKING???

איך האב באמת הנאה פון דיין שטארקן בטחון,
זעט אויס אז דו גלייבסט באמת אין דיינע חלומות,
ווייל לעת עתה איז דאך אלעס נאר חלומות,
יעדער צד חלום'ט און האפט אז זיין צד וועט געווינען,
ווייל פאקטיש ווייסט קיינער נישט וואס עס גייט זיין,
נאר צו רעדן מיט אזא זיכערקייט, דארף מען האבן א
פעלזן שטארקן כאראקטער,
GOOD LUCK

יענקעלע11 » 8/2/2006 23:41

בא ללמד,
איך האב שוין לעצטענס אנגעהויבן צו הערן
פון מיינע זאלונים ידידים
נייע ווערטער,
הסתרת פנים...,
חבלי משיח...,
רשע וטוב לו צדיק ורע לו...,
דרך רשעים צלחה...,
נסיונות הדור...,
וכו' וכו'

זעט עפעס אויס אז זיי פראקטעסירן שוין,

האטבטחון » 8/2/2006 23:48

יענקעל די זעלבע ווערטער קען איך אויך זאגן פארקערט בא ללמד, איך האב שוין לעצטענס אנגעהויבן צו הערן פון מיינע ארוינים ידידים נייע ווערטער, הסתרת פנים..., חבלי משיח..., רשע וטוב לו צדיק ורע לו..., דרך רשעים צלחה..., נסיונות הדור..., וכו' וכו'

זעט עפעס אויס אז זיי פראקטעסירן שוין,

לאמער זען רעדט צו דער זאך, פאר וואס אינז גייען נישט גראד באקימען א סטעי פון אפיל

יענקעלע11 » 9/2/2006 00:23

האט בטחון,
דער חילוק צעוישן מיין תגובה און דיין תגובה,
איז אקאראט ווי דער חילוק צעווישן אמת און שקר,

האב איך דען געשריבן אז עטץ גייטס נישט באקומען קיין סטעי,
איך האב דאך קלאר געשריבן אז קיינער ווייסט בכלל נישט וואס דער פסק
גייט זיין, און פון דיין רעדן פון א סטעי, זעט אויס אז דו האסט פאלוירן דעם בטחון...,

ידידי היקר, איך קען דיר שרייבן שטארקע אייזערנע "סברות" פארוואס "איך" האלט אז אויב
ראזענוואסער וועט בעזר השי"ת פסקענען אז ר' בערל איז פרעזידענט, וועט איר "נישט"
באקומען קיין סטעי, אבער ווי געזאגט דאס איז נאר מיין אייגענע סברה, און איך האב
דאס שוין עטלעכע מאל געשריבן,

צו באקומען א סטעי, דארף צו זיין א מעוות לא יוכל לתקן, אז אויב באקומט מען
נישט קיין סטעי וועט מען האבן irreputable damage, צווייטענס, קוקן זיי אויף
די טשענסעס פון געווינען דעם אפיעל, יעצט, וועגן די טשענסעס פון אפיעל איז
אינגאנצן נישט שייך צורעדן בעפאר מען זעט נישט דעם פסק, אבער ביי דעם
קעיס איז irreputable damage זיכער נישטא, פאר די אפעלעט דזשאדזשעס איז
נישט קיין נפקה מינה צו ר' בערל איז פרעזידענט צו יאנקל כהנא איז פרעזידענט,
די קהילה איז נישט קיין אייגענע אייגענטום, ס'איז נכסי הציבור, און מיט טוישן פרעזידענט
וועט קיינער נישט האבן קיין אומפארעכטבארער שאדן, דאס הייסט הכסטענס וועלן
זיי אנעמען דעם אפיעל, איז שפעטער מחליט זיין ווער ס'איז פרעזידענט און דאן אויב
וועלן זיי מחליט זיין אז יאנקל איז דער פרעזידענט ועט מען העכסטענס צוריק טוישן.

למעשה האט מען וועגן די דאזיגע סברות אפגעזאגט צו געבן א סטעי ביז יעצט אויף
 דעם קעיס,

האטבטחון » 9/2/2006 01:30

יענקעל

ווען ענק האבן אפילט באראש'ס פסק, האבען עק נישט געהאט קיין שאדן, ווייל ענק זענען שוין סיי ווי געווען אינדרויסען פאר 4 יאר, קענען ענק אויסהאלטען נאך א יאר

אבער אינז וועלן האבן א גרויסע שאדן אויב ח"ו אינז דארפן גיין, און א יעדער נארמלער מענטש פארשטייט אז עס וועט זיין א שאדן פאר אינז, און דער דשאדש אויך, וועגן דעם געב איך 90% פאר א סטעי

מקוה_איד » 9/2/2006 02:43

ווען מ'רעדט פון שאדן רעדט מען נישט שאדן פאר יאנקל קאהן אין ר' זלמן, אוואדי גייען זיי האבן שאדן, אז סעט גיין א רויך, אבער דאס איז אבסעלוטלי נישט נוגע, מ'רעדט פון שאדן פאר די מעמבערס אין די קאנגרעגעישן בכלליות, וואס פאר זיי איז נישט קיין חילוק ווער דער פרעזידענט איז. תוקן על ידי - מקוה_איד - 09/02/2006 2:52:05

ראדני152 » 9/2/2006 02:56

האטבטחון איך ווייס נישט ווער עס האט דיר אזוי איינגערט אז ראזענוואסער, גייט געבן א זיג פאר די ארוינים, און די רעדט'ס שוין פון א סטעי, מיט יענקעל, וואס ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט,

ווייל איך ווייס אז ער גייט געבן א מעכטיגע זעטס פאר די ארוינים,

יענקעלע11 » 9/2/2006 04:41

נעבעך, נעבעך, דער חכם מכל אדם שלמה המלך,
האט נעבעך באקומען א נערוון בראך,
ער שרייט, און קאפעט,
אז היתכן איך הקטן יענקעלע האט געהאט די חוצפה
און געשריבן א סברה וואס עם געפעלט נישט,
האט ער מיך דען אפגעוואנדן, ניין...
האט ער געשריבן א בעסערע סברה המתקבל על הדעת, ניין...
נאר ואס דען, ער באכעט און קאפעט, און שפייט נעבעך בלוט,
שלמה המלך, I BEG A PARDON,
איך בין דיך מפייס ברבים, קבל עולם ומלואו,
און נעקסט טיים, בעפאר איך שרייב עפעס א מיינונג,
וועל איך אויפהייבן דעם פינגער און בעטן רשות פון שלמה המלך,

יא שלמה המלך, איך בין נעבעך א בלינדער שוטה,
אבער א העפי שוטה,
א צופרידענער שוטה,
אלץ מיט א שמייכל,
און דו חכם מיינער,
ביסט טאקע א גרויסער חכם,
אבער א דערביטערטער חכם,
א אנגעצויגענער חכם,
א נערועיזער חכם,

שלמה המלך, איך בין אזא שוטה, אז איך וואלט מיך אפילו נישט געוואלט טוישן מיט דיין חכמה,

מוטב שאקרא שוטה כל ימי ולא אהי' רשע לפני המקום אפילו שעה אחת

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]


האטבטחון » 9/2/2006 15:41

מקוה איד ווען מ'גייט גיין צו די אפילס קארט נעמען א סטעי, (אויב מען וועט דארפן איך האף אז נישט), וועט אינזער לויער אי"ה זאגן אז פאר די מעמבערס איז יא א חילוק ווער דער פרעזידענט איז, און זיי ווילן נישט ר'בערל פאר פרעזידענט, אין אז די מעמבערס ווילן עם נישט איז יא דא א גרויסע שאדן פאר די מעמבערס,

יענקעלע11 » 9/2/2006 17:24

כא, כא, כא,
יא געלונגען,
שלמה המלך מיט זיין גרויס פקחות און קלוגשאפט,
האט עפעס געסנעפט...
און בחרפתו מודה געוען אז ער האט (כלשונו הקדוש)
עקספיריענס ענד גרעיט פלעזשער צו שפילן, נערוון בראך,
 דערביטערט, אנגעצויגען, נערוועיז, שרייען,
 קאפענען, באכענען, און שפייען בלוט,
יא, דער גרויסער שטאלצער שלמה המלך
האט נעבעך זייער אסאך עקספיריענס,
אין דעפרעסיע, ער טיט דאס 24-7-365
AND I DON'T BLAME HIM
דאס איז דער פרייז וואס מען צאלט פאר זיין א זאלוני,
נאך ענקערע אלע נצחונות, פון:
בית החיים, מתיבתא בנינים אין קרית יואל,
 קרית יואל עלעקשאנס, בני ברק, בארא פארק,
שיינע באטעס, הערלעכע תורות,
הצלחה מיט מעמבערשיפ געלט,
ירושלים'ער ישיבה, ישיבה קטנה
און ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג,
פארשפארן דעם כולל אין בניני זופניק,
אויסגעשפילטער עולם אין ראדני,
ארעסטירן 26 אומשולדיגע יונגעלייט (רובא דרובא געוועזענע זאלונים),
וכו' וכו'
בלייבט נאר איבער צו האבן
עקספיריענס ענד גרעיט פלעזשער צו שפילן,
נערוון בראך, דערביטערט, אנגעצויגען, נערוועיז,
שרייען, קאפענען, באכענען, און שפייען בלוט,

שלמה'עלע טייערער, עפעס האב איך
א חשד, אז דו שפילסט אויך
חכם און למעשה איז דאס נאר א שפיל
און באמת ביסטו גאר א געזונטער אויסגעשפראכענער
טפש, וואס דו האסט נאר איין פראבלעם
דו האסט נישט קיין כח המעצור,
קענסט דיך נישט איינהאלטן, און שרייבסט כסדר אז יעדער
זאל זעהן וואס א טפש דו ביסט,

דו שרייבסט אז איך שעלט, וויל איך דיך פרעגן
ווי האב איך געשאלטן, איך שרייב רוהיג, מיט א שמייכל,
איך שרייב צו דערזאך, מיט אויסגהאלטענע סברות,
און דו, קענסט נעבעך נישט ענטפערן
קומסטו מיט דיין עקספיריענס, און קאפעסט און בריקעסט,
און מיינסט אז עולם גולם באמערקט נישט למי החותמת ולמי הפסולים,
ניין שלמה'עלע, איך דארף נישט שעלטן
ווייל איך האב וואס צו ענטפערן,
שעלטן שעלט מען נאר ווען מען האט נישט וואס צוענטפערן...
מום שבך אל תאמר לחבריך.

אגב, שלמה'עלע ידידי, וואס מיינט וואס דו שרייבסט:
הייב מיר נישט אויף קיין פינגער
(אחוץ די מיטלסטע, ברינג איט אן),
האט דאס אויך צו טון מיט דעפרעסיע...
JUST WONDERING,

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 09/02/2006 17:24:55

האטבטחון » 9/2/2006 18:02

יענקעל אדער מקוה

איך האב ענק גיט גענפערט פאר וואס אינז וועלן באקימען א סטעי, ענק האבן נישט קיין תירוץ?

יענקעלע11 » 9/2/2006 18:34

האט בטחון,

אל תען כסיל כאוולתו !!!!!
ביטע טראכט אריין,
לייג צו קאפ,
אויב האסטו א שטיקל מוח אין דיין קדקוד,
וועסטו אליין פארשטיין וואס פאר א שטותים דו האסט
געשריבן, און אז דאס איז נישט ווערט קיין ענטפער,
אויב כאפסטו באמת נישט, דאן בעט שיין
און איך וועל מיט דיר טוהן א געפעליקייט און דיר ענטפערן,
אבער קודם פרוביר אליינס, קינד מיינס.

האטבטחון » 9/2/2006 18:49

איך בין זייער צופרידן פון מיין ענטפער ב"ה, און יענקעל ווען איינער האט אן האלט אנדערש ווי דיר, איז ער נאך נישט קיין קינד א שוטה א נעבך

יענקעלע11 » 9/2/2006 19:07

א שוטה און א קינד ביסטו נישט ווייל דו האלסט אנדערשט פון מיר,
נאר ווייל דו שרייבסט שטותים והבלים, און ביסט נאך צופרידן
פון דיין געשרייבעכטס,

האטבטחון » 9/2/2006 19:20

יענקעל

הייסט אזוי און אנדער ווערטער שרייבסטו אזוי,

איך האב נישט וואס צו ענטפערן, וועגן דעם שרייבט האטבטחון ווי א שוטא און ער איז א קינד,

אדער וועל איך דיין זיין לכף זכות, אז די האסט מורא פון דער שוטא העטעכפעטך,

האטבטחון » 9/2/2006 19:24

דא האסטו מיינע צוויי תגובת וואס האט נישט באקימן א געהריגע תירוץ,

יענקעל

ווען ענק האבן אפילט באראש'ס פסק האבען עק נישט געהאט קיין שאדן, ווייל ענק זענען שוין סיי ווי געווען אינדרויסען פאר 4 יאר, קענען ענק אויסהאלטען נאך א יאר

אבער אינז וועלן האבן א גרויסע שאדן אויב ח"ו אינז דארפן גיין, און א יעדער נארמלער מענטש פארשטייט אז עס וועט זיין א שאדן פאר אינז, און דער דשאדש אויך, וועגן דעם געב איך 90% פאר א סטעי

מקוה איד ווען מ'גייט גיין צו די אפילס קארט נעמען א סטעי, (אויב מען וועט דארפן איך האף אז נישט), וועט אינזער לויער אי"ה זאגן אז פאר די מעמבערס איז יא א חילוק ווער דער פרעזידענט איז, און זיי ווילן נישט ר'בערל פאר פרעזידענט, אין אז די מעמבערס ווילן עם נישט איז יא דא א גרויסע שאדן פאר די מעמבערס,

יענקעלע11 » 9/2/2006 19:24

קענסטו דאס אפשר איבער שרייבן אויף אידיש???
ווייל די שפראך וואס דו שרייבסט,
פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.

ראדני152 » 9/2/2006 19:27

האט בטחון איך האב עס אויך אייביג, ווען יענקעלע האט נישט וואס צו זאגן שרייט ער,

יענקעלע11 » 9/2/2006 20:26

האט בטחון,
קיקט אויס אז דו ווילסט באמת פארשטיין
נאר ביסט נישט קעיפאבעל אליין צו פארשטיין
וועל איך מקיים זיין דעם עזוב תעזוב,

קודם א פראגע,
לויט דיר, פארוואס ווען איינער איז אינדרויסן 4 יאר האט ער נישט קיין שאדן,
אדרבה, ער האט נאך א גרעסערן שאדן, א 4 יעריגער שאדן,

נאר דאס הייסט נישט קיין אומפארעכטבארער שאדן, דאס היסט דו גלייכסט נישט דעם פסק,
דו ווילסט מען זאל איבערדרייען דעם פסק ווייל עס איז נישט לרוחך, לויט דיין ווילן,
און נישט דאס הייסט irreputable damage , אויף דעם אופן גיט מען נישט קיין סטעי,
נאר מען ווארט ביז נאכן אפיעל, און דאן איז מען מחליט אויב דרייט מען צוריק צו נישט,
irreputable damage מיינט א שאדן וואס מען קען נישט צוריק דרייען.

לאמיר זאגן למשל אז ראזענוואסער גייט פסקענען אז ר' בערל איז פרעזידענט,
(ווייל אויף דעם איז דאך געבויט אונזער דיסקאשן)
הייסט דאס אז ער האלט אז ר' בערל איז דער לעגאלער ערוועלטער פרעזידענט,
און אז ער דארף ווייטער דינען אלץ פרעזידענט, (זעלבסטפארשטענדלעך אז ער וועט
ברענגען זיינע טעמים דערצו) איז דאן נישט קיין נפקא מינה צו חיים שלמה ווערהיימער
אדער מאיר ראטה גלייכט דאס צו נישט, פונקט אזוי ווי ס'איז נישט קיין נפקא מינה צו
חיים אליעזר גראס מיט חיים העללער גלייכן נישט אז יאנקל כהנא זאל זיין פרעזידענט,

איז דער פרעסיזשאר פון אפיעל אז מען גייט קודם צוריק צום זעלבן דזשאדזש
(ראזענוואסער) מען גיט עם פאפירן פאר א אפיעל
און מען בעט א סטעי, געווענדלעך ווארפט ער דאס אפ, (ווייל ער איז דאך דער וואס האט אזוי 
געפסקעט) דאן גייט מען צום אפעלעט, או מען דארף זיי ווייזן דעם אפיעל וואס מען האט געגעבן
פאר ראזענוואסער און זיין דינייעל, דאן זענען זיי מחליט צו זי נעמען בכלל אן דעם אפיעל און אויב יא
קיקן זיי אויב ס'אז דא  irreputable damage א שאדן וואס מען קען נישט ערזעצן צו געבן א סטעי
ביז צום אפיעל,

סא, צו שרייבן אז ענקער לויער וועט זאגן אז די מעמבערס וועלן יא האבן שאדן, ווייל זיי גלייכן נישט ר' בערל פריעדמאן אלץ פרעזידענט, איז זייער נאריש, ווייל יעדער פארשטייט אז עס זענען דא מאנכע מעמבערס וואס ווילן נישט ר' בערל 'ן און  מאנכע וואס ווילן נישט יאנקל מיט שאול אלץ פרעזידענט, פארדעם מאכט מען דאך וואלן, צו זען ווער עס האט רוב, און אויב האלט דער דזשאדזש אז ר' בערל האט געווינען די אלטע וואלן, דאן איז ענקער רצון אינגאנצן נישט מאסטגעבן, מען האט ביים קארט אינגאנצן נישט גערעדט און נישט געגעבן קיין שום עפידעוויטס פון קיין מעמבערס אז דער וויל יאנקלען אלץ פרעזידענט און דער וויל ר' בערל'ען אלץ פרעזידענט, דאס איז בכלל נישט געווען קיין אישוי, און דאס הייסט נישט irreputable damage ווייל ביי יעדע קעיס האט איין צד שאדן און איין זייט געווינט, און דאס איז נישט א בארעכטיגע טענה פאר א סטעי,

איך האב אז דו האסט פארשטאנען, והדברים פשוטים מאוד.



האטבטחון » 9/2/2006 20:49

יענקעל

קודם נאך Nov 30 האט אינזער לויער סקאט מאלען אריין געגעבן, פאר ראזענוואסער פעיפערס פון א פאר 100 מעמבערס, אז ער פארטערעט קהל, און אז דער רבי האט ארויס געווארפן בערעל, יעצט וועלן די מעמבערס, טאנען אז עס איז א רעלידשס שאדן אז מען טיט אנדערש ווי די רבי וויל, און אויך אז די רב וועט נישט האבן ווי צו דאווענען,

דיין פראגע, לויט דיר, פארוואס ווען איינער איז אינדרויסן 4 יאר האט ער נישט קיין שאדן, ווייל ער האט שוין אן אייגענע ביהמ"ד, און ער דארף נישט האבן ראדני אויף די מניט,

יענקעלע11 » 9/2/2006 21:10

האט בטחון,
לייג צו קאפ, אויב פסקעט ראזענוואסער אז ר' בערל איז פרעזידענט, איז דאס פאר איינס פון די צוויי טעמים, אדער איז דער רבי נישט בעל הבית און דער רבי קען עם נישט ארויס ווארפן, (לכאורה האט ער נישט קיין רעכט אזוי צו פסקענען נאך באראש'ס פסק) אדער אז ער האלט אז דער רבי האט "נישט" ארויס געווארפן ר' בערל'ען, און ער האט נישט אנגענומען די 100 עפידעוויטס, אלזא איז דיין טענה אז מען טיט אקעגן רצון פון רבין אינגאנצן אפגעפרעגט ווייל לויט ראזענוואסער איז דאס "נישט" אקעגן רבי'נס רצון,

די צווייטע זאך בנוגע אז מיר האבן ווי צו זיין, איז לגמרי נישט קיין טענה, ווייל זיי גייט נישט אן צו דו האסט ווי צו זיין צו נישט, אדרבה זיי קענען ענק זאגן אז פונקט ווי די אהרונים האבן זיך געטראפן א פלאץ ווי צו זיין, גייטס עטץ אויף און טרעפטס ווי צו זיין ביז צום אפיעל, נאכאמאל, אז דו האסט נישט ווי צו זיין איז נישט קיין טענה, ווייל דאס איז נישט דיין אייגענטום, דאס איז א בית המדרש, און אויב שמעקט דיר נישט זיך אינטערווארפן אינטער ר' בערל פריעדמאן, דאן זיך דיר א צווייטע ארגעניזאציע ווי צו זיין א מעמבער, (דאס איז לויט די מיינונג אז ר' בערל איז פרעזידענט).

יענקעלע11 » 9/2/2006 21:28

שלמה המלך
אאפפפפפפפססס!!!
וויש דיר אפ די שפייעכטס און כאפ א אטעם, נעם אריין א צוויי דריי וואליום'ס
דיך צו בארוהיגן, ווייל עס קען דיר חלילה שאטן צום געזונט,

שלמה'לע, נישט מעלעריש, מעגסט נעמען מיינע תגובות
און טויש א ווארט אדער צוויי מען זאל מיינען אז ס'איז דיינע
חידושים,
ווייל סוף כל סוף, דיין רב טיט דאך אויך אזוי,
גנב'עט חידושים פון רעכס און לינקס, שטעלט ארויף זיין נאמען
מען זאל מיינען אז ס'איז אייגען'ס.

האטבטחון » 9/2/2006 21:29

יענקעל

ביסט נישט גערעכט מיט וואס די שרייבסט דא,

ווייל אייביג ווען איינער גייט נעמען א סטעי, איז זיין טענה אז די דשאדש האט נישט גיט געפאסקענט, און זיי פארלאנגען פון אפילס איבער צו דרייען די ערשטע פסק, און אינזער טענה וועט זיין אז ראזענוואסער האט נישט גיט געפאסקענט, און דער רבי האט עם יא ארויס געווארפן, נאר איין פראבלעם איז דא פאר א סטעי דארף זיין א שאדן וועלן די 100 מעמבערס טאנען אז עס איז יא אקעגן רבי'נס רצון, און זיי ווילן נישט,

איך האב אריין געטראכט אז פאר אינז איז זייער גרינג צו טרעפען נאך שאדן'ס, למשל 82 וועט האבן א טענה אז זיי האבן א ליעס מיט ר' יענקל, פאר די ראסס ביהמ"ד, און 82 האט אריין געלייגט אסאך געלט און די טענט, און אויב בערל נעמט איבער וועלן זיי שאדן האבן אסאך געלט, ווי אויך וועגן ויואל משה ווי וועט 82 לייגן די קינדער? די קעמפס? די רבי וועט האבן א טענה ער וועט נישט האבן קיין סוכה,

איך האלט א יעדע נארמאלע דשאדש וועט פארשטיין אז עס וועט זיין א גרויסע שאדן, און ער וועט געבן א סטעי, ביזן אפיל

ווארהייט » 9/2/2006 21:42

האט בטחון איך מיין אז מען דארף שוין נישט קיין סטעי פון די אפעלאט ריכטער האט בטחון שלמה המלך כשריקע HAPP האבן מיר פיר פעסטע ריכטער, און זיי וועלן געבן דעם סטעי, ווער פון די פיר, זאלן זייין די פרעסיידינג דזשאדזש לאז איך פאר ענק

ראדני152 » 9/2/2006 21:43

נעבך ענק רעדן פון א סטעי שמעי בלא בלא בלא, מען גייט אי"ה נישט דארפן קיין סטעי, נאך א זאך די ווייסט נישט וואס די רעדטס וועגן ראס סט, ווייל עס בלאנקט נישט פאר קהל, עס באלאנגט פאר א פרייוועט מענטש

יענקעלע11 » 9/2/2006 21:46

האט בטחון,
דו מישט צוזאם דעם סטעי מיט דעם אפיעל,
יעדער פארלירער האלט אז דער דזשאדזש האט געמאכט א טעות,
און ער גיט אריין א אפיעל, נאר אויב האט ער irreputable damage 
בעט ער אז ביז צום אפיעל זאל מען אפהאלטן דעם פסק,
יעצט דו קענסט נישט בויען דיין שאדן אויף דיין טענה אז דער
דזשאדזש האט געמאכט א טעות, ווייל דאס איז לויט דיר, אבער
לויט דעם דזשאדזש ביסטו דער וואס איז נישט גערעכט,
פארגעס נישט, די אפעללעט דזשאדזשעס ווייסן אז דו האסט
שוין געגעבן אלע טענות פארן דזשאדזש און אז ער האט דאס
אפגעווארפן, דיין טענה איז נאר אז דער דזשאדזש האט פארזעהן
און געמאכט א טעות אין געזעץ און נישט אין די פאקטן,
סא, דיינע פאקטן איז נאר דאס "דיינע פאקטן" און דאס האט
בכלל נישט קיין השפעה אויף די אפפעלעט דזשאדזשעס.

ביי דע וועי, איך וועל רעדן מיט ר' בערל פריעדמאן,
ער זאל אריין לאזן דעם רבין אין די סוכה, [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

האטבטחון » 9/2/2006 22:21

יענקעל

די ביסט נישט גערעכט, ווייל דער דזשאדש פארשטייט אז עס איז שאדן צו ווייל די 100 מעמבערס, צו ווייל 82, דער איקער איז פאר אינז איז זייער גרינג צו טרעפן א שאדן, אבער לויט דיינע טענעס איז קיינמאל נישט דא א טשענס צו באקימען א סטעי, לאמער זעהן אויב די קענסט דא אראפ לייגן לויט דיין וועג, א משל ווען מ'באקימט יא א סטעי,

יענקעלע11 » 9/2/2006 22:37

זייער פשוט,
אויב XYZ לאמבער למשל שלאגט זיך אויף א בילדינג,
און ער פארלירט אין קארט דעם בעלות אויף זיין בילדינג
טענה'עט ער אין קארט, אז אזוי ווי דער פסק  איז לויט עם א טעות,
און אויב ווארפט מען עם שוין ארויס פארלירט ער זיין ביזנעס
ווייל ער מיז דאך סערוויסן זיינע קאסטאמערס,
דאן קוקן זיי דעם טשענס וואס ער האט צו געוינען
דעם אפיעל און זיי געבן א סטעי,

איך_הער » 9/2/2006 22:41

יאנקל האסט מסתמא געוואלט שרייבן XYZZYX לאמבער ניין ?

איך_הער » 9/2/2006 23:07

יעצט איז הערשט אקטועל די קשיא אויפן קעפל איינער ווייסט דעם תירוץ ?