היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » ג' בשלח ברשת המן

ג' בשלח ברשת המן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1795370

3x0 » 6/2/2006 19:49

פון ווי שטאמט דעס אז אויב מען זאגט דינסטאג  בשלח פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום איז עס א סגולה פאר פרנסה?

ווען איך פרעג מיין טאטע דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער ווייסט אז אויב מען זאגט עס יעדן טאג איז עס א סגולה, אבער פון דינסטאג בשלח וויסט ער נישט.

ווען איך פרעג מיין זיידע, ענפערט ער מיר אזוי. אינדערהיים געדענק איך נישט מען זאל מקפיד זיין צו זאגן פרשת המן דינסטאג בשלח מער ווי א אנדערע טאג.

הצלה2006 » 6/2/2006 20:16

עס שטאמט פון ר' מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל



http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1794614

cano » 6/2/2006 20:48

איך האב שוין א סך געטין אין דעם ענין
קודם כל דאס איז פאר יעדעם באקאנט אז הגה''צ ר' מענדעלע פלעגט דאס זאגן יעדען טאג
וואו אויך פלעגט ער הייסען פאר זיינע תלמודים/חסידום דאס זאגען יעדען טאג
 וואו אויך איז באקאנט אז ער פלעגט משפיע זיין פרנסה פאר זיין גאנצן דור

 און יעצט בנוגע אינזער ענין פין ג' בשלח די ערשטע געדריקטע מקור איז אריינגעשטעלט געווארען אין זיין ספר דורעכ'ען מוציא לאור (מחדש) המנוח ר' משה טארים ז''ל נכד המחבר אזוי וואו איך בין געווען זייער נייגעריג פון וואו די מקור נעמט זיך האב איך געבעטן זיינס א אייניקעל זאל אים פרעגן ער האט אים געפרעגט אין ער האט גענטפערט אז אינעם ארגינעלן ספר פין וואס ער האט עס איבער געדריקט איז געווען ציגעשריבען בכת''י די לשון וואס ער האט אריינגעשטעלט אינעם ספר ער ווייסט נישט אויף זיכער וועמענס כת''י עס איז אבער וויבאלט  אין די משפחה איז עס געווען מקובל האט ער עס אריינגעדריקט אינעם ספר

קרעמער » 6/2/2006 22:20

יישר כח קנאי פאר די אינהאלטסרייכע רייד.

עס איז באקאנט אז הרה"ק רמ"מ מ'רימנוב פלעגט 22 יאר זאגן תורה אויף די פרשת המן! און דורכדעם משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער.

צייטליך » 7/2/2006 20:26

איך האב אמאל געהערט איינעם נאכזאגען פון  גאר א קראנטע מקור, איך געדענק נישט פינקטליך פין וועם, 
טאקע נישט פין ר' מענדעלע מרימינוב זי"ע אבער פין אנדערע פיינע אידן, אז גיין ארבעטען יעדן טאג בערך פין ניין אזייגער ביז פינף אזייגער איז א גרויסע סגולה פאר פרנסה.
בדוק ומניסא קען איך נישט זאגן, ווייל ביי מיר האט עס נאכנישט געארבעט.......  

גראף » 7/2/2006 22:40

the other way around קענסטו אבער יא מעיד זיין אלס בדוק ומנוסה, ניין?

סאכדעס » 8/2/2006 00:01

סיז דא דאכצאך א לינק צו דעם האט דאס דא איינער?

cano » 8/2/2006 00:06

אויב איז אייך צי שווער ציריק צי גיין א פאר תגיבה'ת נאדער
http://www.tefillos.com/parshas_hamon.asp

סאכדעס » 8/2/2006 00:49

תודה רבה ממש הצלת לי ת'החיים

קרעמער » 8/2/2006 02:09

סאכדעס;

כ'האפע אז דו וועסט מעלדן די רעזולטאטן (מיט רעשט).

יאך האפע אויכעד אז איר האט מיר מוציא געוועזן, יאך בין געווען צו פארנומען (ליידער) און נישט אנגעיאגט צו זאגען דאס.