היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מען איז מחיוב אינטערצושרייבן ?

מען איז מחיוב אינטערצושרייבן ?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1795145

רעדנדיג » 6/2/2006 16:34

נעכטען נאכט און בית מדרש קומט צו א יונגערמאן צו מיר איך זאל אים אונטערשרייבן ערבות
איך קען עם איך ווייס אז ער פלאגט זיך שטארק איך האב אבער זייער מורא אין איך האף ער זאל קענען באצאלן
ווייל איך פלאג מעך אויך אין איך האב נישט קיין געלט דארף איך אונטערשרייבן צו נישט ?

אלעסאמת » 6/2/2006 16:55

איך האלט די זאלסט פרעגן אן ערליכער איד

יענקעלע11 » 6/2/2006 17:34

וואס דארף מען פרעגן א ערליכן איד?
ס'איז זייער פשוט,
אויב שרייבסטו אינטער ערבות, דארפסטו זיין גרייט אז אויב דער לוה
באצאלט נישט וועסטו באצאלן,
אוון אויב ביסטו נישט גרייט דאס צו טון דאן
שרייב נישט אינטער.

וואסענייעס » 6/2/2006 22:51

איך האב אמאל געהערט ווי איינער האט געענטפערט פאר איינעם איבער די פראגע צו ער וויל אינטער שרייבן ערבות און יענער האט געענטפערט ווען איך האב ווען די געלט וואלט איך דיר עס אליין געבארגט (מיט א ערב פארשטייט זיך) אבער אזוי ווי איך האב נישט קען איך דיר אויך נישט אינטער שרייבן איך טראכט אז ס'איז גאנץ גוט געענטפערט

פאטאקי08 » 7/2/2006 00:42

איבער דעם ענין איז דא א טעיפ פון הרב יחיאל טויבער שליטא
תמצית איז מען איז נישט מחיוב צו בארגען מער פון א חומש פון וואס מ'האט
און ערבות איז פונקט ווי בארגען אז אויב מען האט אונטער געשריבן ערבות דארף מען נישט בארגען דאס געלט
דאס מיינט אז מער ווי א חומש מען פארמאגט אויף זיך
ד.מ. נישט וואס עס ליגט ביי יענעם דארף מען נישט אונטער נעמען אויף זיך ערבות

רעדנדיג » 8/2/2006 08:22

עס איז א שווערע שאלה !!