היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » א גריס אייך פון דערפל... קידוש לבנה!

א גריס אייך פון דערפל... קידוש לבנה!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1794656

קרעמער » 6/2/2006 05:58

און אז חיים חייקל מיט זיין קליקע האבן וואו אין רויטן ים איינגעזינקן פרובירנדיג טרעפן די שווארצע פעפערליך אדער די איינגעזונקענע מצרים, מיינט איר אודאי אז די קידוש לבנה אין דערפל איז מיט עפעס אנדערש געווען? אבערוואז, פונקט קאפויער, לאידך גיסא, אדרבה, איפכא מסתברא, די היינט נאכטיגע קידוש לבנה וועט אריינגעקריצט ווערן מיט פייערליכע קידוש-לבנה אותיות אין דער גאלדענער בוך פון די דארפישע חברא קדישא.

פאר די קליקע מיט חיים חייקל בראש האט זיך געדוכטן אז מיט זייער פארשוואונדונג וועט אן אומעטיגקייט באפאלן די איינוואוינער פון דארף, איינס ביי איינס וועלן די דארפס-פויערן זיך ארויפציען אויף ציקער שטריקלעך אין סאמע צענטער פונעם הויפט-שטראסע, אדער גאר ארויפגיין מיטן עלעוועיטאר ביזן 66'סטן שטאק און אראפשפרינגן חלילה צום גראף'ס בוידעם, היו לא תהיה, מיר האבן באוויזן וואס מיר קענען, און טראץ די אפוועזנהייט פון חיים חייקעלע דער וואסער טרעגער, נחמן נטע'ניו דער האלץ האקער, און זייער קאלעגע בונם'ל דער שמויגער האבן מיר אפגעראכטן אזא קידוש לבנה וואס איז שוין נישט געווען, מ'קען זאגען זינט פאריגן מאנאט.

פון דער פריעסטע אווענד שעות האבן זיך שוין געשלענגעלט לאנגע רייעס פון מאסן מענטשן, בעיקר די עלטערע רעטייערטע וואס האלטן שוין נאכן נאכמיטאג דרעמל, און די יונגערע שטופער וואס דרייען זיך מילא אין דיזע שטונדן לאנגווייליג איבער די גארע גאסן פון שטאט צוברעכנדיג און איבערקערנדיג אלעס וואס קומט זיי אונטער די הענט, אלעס האט געשטראמט אין איין ריכטונג, צום קרעמל המכונה שטובל, וואו עס איז ווי פארגעקומען דער הערליכער מעמד קידוש לבנה.


 


ווי געווענליך האט זיך דער פראגראם אנגעהויבן מיט א הילכיגן זעץ אין די בימה דורכן גבאי ר' פייטל, דאס איז זיין חזקה נאך פון דור אנוש אויסצוקלאפן מיט זיינע ציטערדיגע הענט נאך מעריב – נאך איידער דער בעל תפילה פירט אויס "עחאד שמויעכאד" – און מיט א צאפלדיגע שטומע אויסקרייען "חידוש לבנה"...


 


די לומדים דינגן זיך צווישן זיך אויב דער ריכטיגער ווארט איז מקדש אדער מחדש, איינער טענה'ט מיט רעכט אז די לבנה קען מען נישט מקדש זיין ווייל זי איז נאר א האלבע רינג, און פאר קידושין פעלט זיך אויס לכל הפחות א גאנצע, זאל דאס זיין רינדעכיג אדער פיר-קאנטיג מאכט נישט, דער עיקר עס זאל ארומנעמען א פינגערל. אבער אנדערע טענה'ן אז זיי געדענקן פונעם פארגאנגענעם חודש אז עס נעמט נישט לאנג ביז דער לבנה פארפולקאמט זיך, און אלס אזא קען דאס מיט רעכט מקודש ווערן, יענער ווארט נישט קיין סאך און שרייט אויס: מקודש מקודש.

דערווייל האט יאנאש שוין צוזאמגעריקט די טישלעך ווי א ענדע חי"ת, אנגעגרייט דערויף א שפאר ביסל פרישע געבעקסן וואס שרה די בעקערין האט נארוואס ארויסגענומען פון אייוועלע, ס'נאך צו ווארעם געווען אריינצובייסן דערין אויפן וועג, ווען נישט וואלטן די זריזים מקדימים שוין אראפגענומען תרומה ומעשר נאך איידער דער טעצל עספיהט אנצורירן דעם טישל.


 


יעדער רעכט זיך צו די ווארימע פוטער און שארט ארויף דעם קארג ביז איבער די אויערן און מען גייט ארויס אונטערן שול הויף מיטן טעוועלע וואס – נישט מער געדאכט – דער אלטער שמש האט מנדב געווען לילע-נישמעס זיין ווייב (וואס האט זיך נאכדעם צוריקגעקערט, די מעשה; נישט פאר יעצט), דער חזן שמעריל פרובירט אויס זיין שטומע אינעם גאפעלע, האלטענדיג נאך א דאזען אייער וואס קלערט איר? אודאי האט עס אפגעהילכט ביז אלעקסיי'ס קאבינע אויפוועקנדיג אים מיט זיינע הונטלעך וואס זענען געקומען צו לויפן א לעק ברוינפן כאפן, נע – זאגט יוסעלע דער למ"ד-ווא"ו'ניק – בודאי פארמאגן זיי עפעס א העכערע נשמה.


 


גלייך נאכן אויסשאקלן די ציצית כאילו מען באהאלט דארט עפעס ווערטפול שטעלט זיך דער עולם אויס אין א קרייז רינגס און ארום דעם רב און מורה צדק, וועלכער שטייט אינדערמיט און פאכעט צו די לבנה כאילו ער האט עפעס ספעציעלע פארבינדונגן מיט איר, ווער זענען מיר צו פארשטיין די סארט זאכען?


 


געענדיגט טובים מאורות דרייט זיך דער רב אויס צום עולם און מיט א שמייכל פון אויער צו טויער גריסט ער יעדן א גוטן חודש א גוטן חודש, אי"ה קומענדיגן חודש געזונטערהייט!


 


דער עולם לאזט זיך גיין צו די טישן וואס זענען שוין יעצט געווען אנגעלייגט מיט ליידיגע ברוינפן גלעזלעך, קיין נברא ווייסט נישט וויאזוי אין דער וועלט די פלעשלעך שנאפס זענען מיט א ליטער ווייניגער געווארן אין די קורצע צייט אפשניט, אויסער איוואן וועלכער שטעלט אן אזעלכע געמאכטע טריט אויפן וועג ארויס, וואס מיט א געניט אויג קען מען דערקענען אז ער וואלט נישט געקענט דורכן קיין "ברעטעלייזער" ביי די דארפס באהערדע.


 


א גוטען חודש טייערע אידן, א גוטען חודש!

התאחדות » 6/2/2006 23:09

כ'וויין און וויין פארוואס האב יאך נישט אנגעיאגט צו מאכן חידוש לבנה אין די קרעטשמע, א שאד א שאד.

קרעמער » 6/2/2006 23:21

וויין נישט סאכדעס, וויין נישט. ס'סייווי נישט געווען גענוג איבערבייס.. קוים גענוג פאר איינס פון דיינע צאן.

חיים_חייקל » 6/2/2006 23:27

יא! יא!

שמייכלט זיך אזוי חיים חייקל דער וואסער טרעגער אונטער פון דער זייט.

 

וואלט ווען דער 'קרעמער' אונזערער אנגענומען אונזער אלטע יודישע מסורה, און וואלט געווען פארגעבן 'מעיד' נאכן פריידיגן טובים מאורות'ל טענצעל, וואלט זיך שוין גאר נישט פארגליסט פאר דעם איוואן אנצו'נסך'ן דעם לחיים מיט זיינע גימען...

 

נו, גיי לערן מיט א גוי ברטנורה...

מורמלט זיך אזוי חיים חייקל אונטער, מיט א שמייכל אונטער די וואנצן...

סאכדעס » 10/2/2006 19:33

חיים חייקל יאך האלט מדינא אז דאס איז נישט דער זעלבער חיים חייקל פון אמאל דא אין דארף, אמער ערשטענס, חיים חייקל פלעגט אלע פרייטאג ארויפקומען פאר זיין פעי טשעק, סאו דו ווייסט אפילו נישט דערפון, צווייטענס האט דער אלטער חיים חייקל אלעמאל געהאט א שטילע איידעלע קול, און דו האסט א גראבע באלד קול וואס מיר זיינען ניט צוגעוואוינט דערצו. אדרבה האלט עמיציר אנדערש זאל ער צוריק זאגן, צוריק שרייען, האו עווער הי וואנטס טו.

קרעמער » 10/2/2006 20:46

סאכדעס;

כ'האב פאר דיר שלעכטע נייעס, דאס איז יא דער זעלבער חיים חייקל (קוק אויפן פאספארט), אבער דאס איז מסתמא די לעצטע מאל וואס מיר הערן פון אים (כך מקובלני מפיו בכבודו ובעצמו).