היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייער פלאן ר' אהרן מופט קיין וומ"ס

נייער פלאן ר' אהרן מופט קיין וומ"ס

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1794420

ראדני152 » 5/2/2006 23:05

מיין חבר אן ארויני האט מיר געזאגט אז די פירום קהל'ס מיטונג היינט איז
אז עס שוין צייט צו אריבער ברענגען דעם ביתו נאוה קודש קיין וומ"ס

לויט ווי איך הער איז שוין געווען א פאר פלאפס זיי האבען געוואלט פון נחמן בראך די הויז פין רבינו הקדוש זי"ע פאר א פרייז פין צען מיליאן דאלער אין עס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט

נאך א פלאפ יצחק ראזענבערג האט געטרייט צו פארהאנדעלט מיט די מרס שלעזינגער (אלמת ר יצחק) אבער עס האט זיך אויך מיט גארנישט אויסגעלאזט

אין עס איז יעצט דא א פלאן פאר אנדערע הייזער

לויט די פלאן גייט ר' מענדעל גיין קיין ק"י

ראדני152 » 5/2/2006 23:17

דער ארויני האט מיר יעצט פארציילט נאך פלענער הערט און שטוינט אז נאך א פלאן איז דא יעצט אויפן טיש נאכן זען אז זיי פארלירן שוין אלעס. צו עפענען דעם בית רחל זיינע אויף אלע גרעידס

און נאך א פלאן איז יעצט אויפן טיש. צו עפענען א תלמוד תורה אין וומ"ס.לויט די פלאן יעצט. איז צו נעמען פאר מנהל. ישעי יצחק רובין אין יודא בער טעלער

אלעסאמת » 5/2/2006 23:31

ראדני וואס נאך האט דיין חבר דיר פארציילט?

קושקע » 5/2/2006 23:59

ער וויל נאר פארציילן אז ער האט א חבר, מ'זאל נישט מיינען ער איז עפעס א לא לנו.

וואס דער חבר האט פארציילט איז נישט אינטערסאנט.

שפיטצער06 » 6/2/2006 00:05

און איך האב א חבר א זאלי ער זאגט מיר אז ר' זלמן גייט מופען קיין ק"י

ראדני152 » 6/2/2006 00:17

עטס קענטס אלע חוזק מאכן פון מיר. ביז בערך א יאר וועט עטס זען ווער עס איז גערעכט געווען

קושקע » 6/2/2006 00:32

ווייסט איינער צו ר' אהרן האט שוין באשטעלט א מאווינג טראק, ווייל איך האב א חבר א זאלי וואס איז אין די מאווינג ביזנעס און מיטשעט זיך זייער פאר פרנסה.

קושקע » 6/2/2006 00:49

פרישע נייעס:

יעצט באקומען ווארט פון מיין חבר וואס וואוינט אין מאנרא, פערצופאל א גרויסע זאלי, אז 9 ריזיגע טעילערעס שטייען געפארקט פאר ר' אהרן'ס הויז אין מאנרא, און מ'לאדענט ארויף אלע געפעק.

רבותי, כאפטס נאך אריין ווייל אט אט איז ר' אהרן מער נישט אין מאנרא.







משהוואלף » 6/2/2006 00:52

מ'זעהט טאקע אויפן בילד אינעם טראק ווי ער נעמט מיט די אלע שייגעץ שטיק פין מאנרא

מ'זעהט די קאורט פעיפערס, דעם רבין'ס הויז,

ער נעמט אלעס מיט, אוי א בראך

ראדני152 » 6/2/2006 00:55

די קענסט חוזק מאכן ביז איבער מארגען. דער אמת וועט יעדער זען מיט די צייט

אז מען רעדט שוין איך זע נישט און טרעלער קיין איין אידיש ספר?

בא_ללמד » 6/2/2006 01:06

גראדע ווייס איך שוין זייער לאנג אז די זאליס סטראשען אז אויב זיי פארלירן די קאורט גענצליך, און רז"ל האט נישט וואו צו זיין אין וומ"ס, וועט ער זיך אריבערציען קיין קרית יואל צו זיין ביהמ"ד הגדול...

אפשר איז דאס גאר א טייל פונעם שלום פלאן ?!
 
[בילד – נישט אפגעהיט]

ספוט » 6/2/2006 15:49

אין קרית יואל געפונט ער זיך נישט זיין פלאץ ווי ער דרייט זיך זעהט ער פיל מיט זיינע שונאים..

שארמאש » 8/2/2006 00:25

ווינער רב איז מוחה!