היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יודל שלעזינגערס שובבי"ם תורה מיט בכיות

יודל שלעזינגערס שובבי"ם תורה מיט בכיות

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1793956

yosefelye » 5/2/2006 18:33

יודל שלעזינגער האט דעם פארגאנגענעם שבת געהאלטן א דרשה אין בית המדרש התאחדות אברכים זופניק, און מיט בכיות נוראות, פארגעהאלטן פארן עולם פארוואס מען גיט נישט קיין געלט פאר קהל, און אז קהל האלט פאר א באנקראט, מען האלט ביים פארשפארן די געז און עלעקטריק, ער האט ארויס געקלעפט בילס פין קי-ספען און קאן עדיסאן, ווי ער איז שולדיג פאר עלקטריק איבער 30,000 דאלאר, און פאר געז איבער 22,000 דאלאר, ער האט געוויינט און געקלאגט אז די אהרונים געבן נישט קיין פעני, און עס וועט זיין א געוואלדיגער חילול השם אויב וועט מען אויסשאלטערן די געז און עלעקטריק, די אהרונים וועלן זיך קלאפן אין בויך מיט א ניצחון,
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי - כל_העולם - 06/02/2006 1:08:33

גוטזאגער » 5/2/2006 19:07

אוי וויי

דער בית דין וועט דאך געפרוירען ווערן פאר קעלט.

שלום שטערן דער מזכיר וועט נעבאך האבן בלויע לעפצען.

אייןסאטמאר » 5/2/2006 19:11

מדה כנגד מדה, זיי האבן ארויסגעווארפן ר' יצחק רז"ב פון דארט אין די קעלט, וועלין זיי אויך פארפרוירן ווערן אין די קעלט.

ראדני152 » 5/2/2006 19:21

אייןסאטמאר איך זע אז עס ליגט דיר נאך גיט אין די ביינער. דאס מיינט עס האט דיר גיט וויי געטין. פארדעם אליין האט זיך שוין געלוינט ארויס צו שיקען יצחק ראזענבערג

אייןסאטמאר » 5/2/2006 19:23

און דיר ליגט נאך גיט אין די ביינער ווען ער האט אפגעהאלטן ענק מיט ענקערע הינט פון ארויס ווארפן ר' הירצקא צוויבעל פון כולל.

יענקעלע11 » 5/2/2006 19:58

יודל שלעזינגער שרייט אז דער שייגץ יצחק האט עם אויפגעהערט צו געבן געלט פאר עלעקטריק און געז, פאר א יאר האט עם יצחק נאך געגעבן 5000 דאלאר און יעצט נאדא, גארנישט... וואס פאר א שייגעץ. תוקן על ידי - כל_העולם - 06/02/2006 1:08:44

נאר_פריילך » 6/2/2006 00:41

ער גרייט זיך זיכער צו לייגן א דרייער פאר א קארטל ביי די מקוה