א אלטער יעקער שפאצירט אין גאס און גייט פארביי א חסידישער קלויז און זעט א ווי די חסידים שטארמען ארום מיט א בלאסער געזיכט, א טרויריג פנים און געשוואלענע אויגען. נא געט ער א פרעג חסידים וואס גייט פאר מיט אייך היינט? חסידים זענען אלץ פרייליך און זייערע געמיטער שטענדיג הויך און וואס האט פאסירט היינט? ענפערט דער חסיד אז דער רבי איז געשטארבען, דער רעבין האט ביי אים געמיינט אלעסדינג און איצטער איז עס פארלארען געגאנגען.
דער אלטער יעקער האט מיט ווינדער געקוקט אויף די חסידים און זאגט זיי וואס וויינט איר אזוי "אלע יארען אין די צייט וועט איר קוגעל עסן".
די מעשה טוט אפשפיגלען דער היינטאגער חסידות .
אלע וויסען דאס אז חסידות האט באנקראטירט און האבען גארניט צו פארקויפען און אפילו זיי אליינס טוען דאס ניט לייקענען, פון דעם רבי לאכען זיי זעלבסט און זאגען קלאר אז ער וויל נאר זייער געלט.
נאר צו וואס ברויכען זיי היינט דאס גאנצער חסידות ?
דער היינטאגער חסידות איז ניט מער ווי א Costco , ווייל האבענדיג א גרויסע צאל מעמבערס האט מען וואס מען רופט אויף ענגעליש Buying Power מען קאן פאר א יו"ט צושטעלען א פאר מאראנצען מיט עטליכע פלעשליך וויין אויף א גאר ביליגער פרייז, און ווי אויך איז יעדער פארזיכערד מיט א שטיקעל מאראסטיג גריבעל אויף לאחר מאה ועשרים און טאקע אויפן זעלביגען בית החיים א ווי דער רבי ליגט.
און ווי אויך איז די חסידות א גוטער טרעף פונקט ווי מען טרעפט זיך מיט אלטע פריינט, מיט וועם מען האט פארברייכט די יונגע יארן , און דער גרויסער שול איז ווי געווארען א טרעפ פונקט סטאנציע פון ווי מען גייט מיט פריינט צו שוווילטוגען.
איין זאך וואס די חסידות קאנטרוילירט און וויל זיך ניט שיידען דערפון איז די מוסדות .
מוסדות איז א גרויסער ביזנעס ביי זיי, עס געט עס רעכט צו שנארען און ווי מען ריפט דאס אין אמעריקע מיט א שיינער נאמען Found Raising און ווי אויך קימען צו די שטאטישע פראגראמען און פאנדען.
אבער דער עיקר איז אז מיט האבען קאנטרויל אויף מוסדות החינוך איז מען ווי גארענטיד אז אויפן קומענדיגען דור וועט דער דאזיגער חסידות ארגענעזעשאן אנהאלטען מיט די נייע סאלדאטען .
און מיט חינוך אליין איז א אנדער מעשה, דאס איז א זייטוגער טפל וואס איז ביי זיי ניט וויכטוג, וואס וועט זיין אז דער קינד וועט קאנען אביסעל ווינציגער און אויסוואקסען נאר א תהלים זאגער אדער א חוק לערנער, דער עיקר איז אז עס זאל פארהאן זיין נאך א שטיק פלייש מיט וואס אנצופילען דעם גרויסען שול און ווען דער רבי שטארבט זאל זיין נאך איינער וועלכער עסט קוגעל.