כ'הער גוט?
"צו אפאר כולל יונגעלייט וואס ווערן משיגע מיט'ן טאג און פארן צוויי שעה פאר אביסל פאן"
דו גלייבסט אין הישארות הנפש? ווען מען גראבט א קבר פון א איד האט די נשמה צער, קומסטו זאגן פרעכערהייט אז "כולל יונגעלייט וואס ווערן משיגע מיט'ן טאג און פארן צוויי שעה פאר אביסל פאן"
כ'גיי דיר נישט ענפערן אז דאס איז געווען מיט די גוסטהייסונג פון אויסגערופענע תלמידי חכמים (קענען נאך אזויפיל לערנען ווי מרן רי"ש עליאשאוו) ווייל זיי ווערן אלע כולל יונגלייט ווען דו ווילסט
**
צו ערשטן מגיב - איך באלאנג ב"ה נישט צו קיין שום קרייז פון סאטמאר, ביי מיר איז שלאגן מענדל וועכטער פונקט אזא עוולה ווי שמיני עצרת
פארגעס נישט מיין טייער פריינד אז ווען בעלז האט געוואלט שלאגן מאכנובקא - האט ער געהאט בחורים עושי דברו; ווען ליובאוויטש האט געוואלט שלאגן דעם בעל .. (כ'מיין אשכבתא דרבי אויב כ'געדענק גוט - האלא, צבי ביזט דא?); ווען בעלז האט מבער געווען אלע ביתו נאוה קודש איז געווען ווער עס זאל טון די מלאכה, און פון די באבובער מלחמה בדרכי נועם דארף מען ליידער נישט רעדן, אויך די מהומות אין קרית הישיבה זענען נישט קיין סוד, אויך די קאשויער מערדערליכע קלעפ פאר שלמה העלבראנצן אין קאפ ווייס איך נישט ווי ווייט עס איז זיך איהם עס געקומען, און ווען די צאנזער חסידים רופן איהם שמואל דוד גנב שעפ איך נישט קיין נחת, דעם "סאטמאר יאמרו אחותינו היי לאלפי רבבה" בריוול האסטו שוין מן הסתם געזעהן
ווילסט נאך עפעס?
**