היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - בא

ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - בא

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1789603

שפיטצער06 » 2/2/2006 05:22

לאזט זיך הערן דא וועגן די צייטונגען.

אייןסאטמאר » 2/2/2006 17:53

משה גבאי אין זיין מז"ט פאר מ"ו קליין שרייבט אויף אים "לחיו נתן למכים על כבוד תורתנו הק'" .
 
כאטש ער מיינט די פאטש וואס ער האט געכאפט פון ר"א, אבער פיו הכשילו ווייל ער שרייבט מכים בלשון רבים צו דערמאנען די פאטש וואס ער האט געכאפט פון הגה"צ משארמאש שליט"א.

אייןסאטמאר » 2/2/2006 20:00

דער בלאט באשרייבט פאלטיטשענער רבי וואס איז געווען אין קר"י שבת וארא, און אז ר"א האט אים מכבד געווען מיט מנחה, אוועקגעגעבן ששי.

איך פארשטיי נישט ר"א איז דאך געווען אין וומ"ס שבת? (פון ווי ווייס איך, ווייל רז"ל האט געפירט א באטע)

ווער קען פארענטפערן די סתירה

שלום_משה » 2/2/2006 20:04


איין סאטמער
ער האט געמאלדן פאר שבת,

---------------------------------------

ווער איז דער רב/עסקן  וואס האט באקימען א ספוינע פין די העלט דעפארטמענט
בנוגע וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיט א קינד וואס האט געהאט הערפיס?

עס איז געווען באריכטעט אין די צייטונג

באראש » 3/2/2006 00:38

אין "די צייטונג" אזי דא א קליינע מודעה אין אידיש און ענגליש, ווי איינער שרייבט דארט אז אויף 52 סט. אין בארא פארק בויעט איינער אן גהעריגע פעמיטס, ממילא ווארנט ער יענעם אז טאמער ער וועט ווייטער בויען וועט מען אים מסרן'.

עס איז ממש נישט צו פארשטיין ווי א צייטונג זאל אזאנס אריינלייגן, א איד שרייבט קלאר אז ער גייט מסר'ן א צווייטן איד.

משהוואלף » 3/2/2006 01:20

שלום_משה,

לויט ווי איך האב היינט געהערט פין איינעם איז די סעפינא איבערגעגעבן געווארן פאר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א

ראדני152 » 3/2/2006 02:00

פעשי זאגט גיט באראש פארשטייט נעבך נישט ווי אזוי א איד קען דא האט איר א לינק ווי "באראש" איז עוסק אין מסירה אין מלשינות.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1750925

באראש » 3/2/2006 19:39

אין דער איד צום סוף איז אויך דא די שטיקל אז מען גייט מסר'ן עס איז שוידערליך ווי מען האלט היינט צו טאג.