ווען דארף מען אנפאנגן פסח'דיג צו מאכן די הויז???
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1788737
מיין טייערע שוויגער פאנגט אן פסח'דיג צו מאכן אי זיבן רומיגע דירה תיכף נאך די זאת חנוכה פארטי.
מיין ווייב'ס טייערע שוויגער פארמאגט א ניין רומיגע דירה, און זי פאנגט אן ראש חודש שבט.
מיינע צוקונפטיגע איידעמערס (מיטן אייבירשטען'ס הילף) שוויגער פאנגט אן נאך די חמשה עשר בשבט סעודה.
פארוואס ברענגסטו אויף דעם שמועס? דו ווייסט נישט אז דאס עסט מיר אויף? ווען מען רעדט נאר פון "פסח מאכן" וועט מיין מאגען איינגעשרינקן, וויאזוי ווילסטו אז איך זאל אויפעסן דעם היינטיגן פרישטאג?
ביי אונז הייבט מען נישט אן פסח מאכן איידער מוצאי שושן פורים. נאך איין מזל אז פורים איז דא א מצוה פון משלוח מנות, אזוי איז דא וואס צו עסן ביז דריי טאג פאר פסח. די לעצטע דריי טאג זיץ איך אויף אינטערווינעס.
מיין אונטערשטע שכן ענדיגט אלץ אזוי פרי פסח'דיג מאכן, אז שוין א וואך פאר פסח קומט ער אהיים מיט די ערב פסח מצות.
מנהלים;
ביטע נעמט אראפ די אשכול עסמאכט מיר הויכע בלוט-דרוק
דער פראבלעם איז ווייט נישט דאס אנהייבען, אלע אידענעס הייבען אן אייניג.
דער געווינער איז ווער עס פארטיגט פריער. זענט איר אריין אין א גראסערי תיכף נאך פורים צו געהערט א שמועס פון מאמעס ביים באס. ?
אלע זאגען "איך בין שוין אלעס פארטיג" מען קען שוין מארגען כשר'ן"
שנאפס (איך האב געוואלט לייגן א גרינע מענטשעלע, אבער היידפארק געבט מיר נישט דעם אויסוואל, נאדיר דאס אנשטאט [בילד – נישט אפגעהיט])
עמו אנכי בצרה..
שנאפס און קרעמער
דא האט איר דעס[בילד – נישט אפגעהיט]
(ביי מיר ליגט עס ביי 'לרשימה המלאה').
יעצט צו די חשובע שרייבער און ליינער
אנטשולדיגט מיר אלע פאר די עגמות נפש וואס איך איין פארשאפט.
יעצט צו די מנהלים
איר קענט אויסמעקן דעם אשכול. איך וויל נישט אז די וואס האבן עס נאכנישט געזעהן זאלן אויך האבן עגמות נפש.
תוקן על ידי - 3x0 - 01/02/2006 19:47:03
אזוי ווי ביי אונז איז מען נישט אזוי פארנומען, האבן מיר צייט נאך פורים אנצופאנגן מיט די ארבעט.
איך האלט נישט אז מען דארף אראפ נעמן די אשכול, ווייל איך זעה נישט וואס עס איז אזוי שלעכט דערמיט. אבער אז דער עולם וויל, אפשר קען מען מאכן votes צו מען זאל עס יא אראפ נעמן אדער נישט.
3X0;
מיין "רשימה המליאה" עפענט זיך בכלל נישט!
נאט-טו;
נעם עס נישט אזוי ערנסט... דער עולם איז נישט אזוי האקעל און סענסיטיוו ווי דו מיינסט.
צו לייזן דעם פראבלעם וואלט מען געדארפט שיקן די ווייבער אין קאנטרי פון פורים ביז ערב פסח
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין נישט מסכים !!!
סעמאן;
קוק וואס דו האסט געטאן צו אונזער פריינט 'נאטורליך' ווען דו האסט נאר דערמאנט די ווארט קאנטרי...
די בעסטע לעזונג איז אז די הויז זאל זיין א מקום שאין מכניסים שם חמץ.
אזוי וי די וואס טרינקען נישט קאפי א גאנץ יאר אזוי אז די קאפ זאל זיי נישט וויי טאן תשעה באב און יום כיפור; און די וואס וואשן זיך אפ די הענט ביז די קשרי האצבעות א גאנץ יאר כדי נישט נכשל צו ווערן אויף די אויבענדערמאנטע טעג.
דיינו ווי זענט איר? איר וועט נאך ברוגז זיין באתרא דמר
ברשתך די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקים. וועגן פסח'דיג מאכן ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט עס איז א רשות אין נישט א חוב אין א וודאי נישט יהרג ואל יעבר מענטשען זענען זיך טועה מיט spring clining אזוי וואו חנוכה מתנות מיט קראצמיך מתנות
איך האף אז דעס וועט מען יא פארשטיין
קנאי;
גוט געזאגט (במקום גרינע מענטשעלע).[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער;
ביטע פרוביר שטארק צו פארשאפן אזא גרינע מענטשעלע. איך פייגער צו האבן אזוינס (איך בעט אפילו
שיין...) דאכט זיך מיר אז איך קען זאגן אויף זיכער אז איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען
אזוינס (עכ"פ נישט מיט דעם ניק...)
נ.ב. איך וואלט שוין גענומען אליינס, נאר פייערפוקס לאזט נישט .
שנאפס;
וואס טוט מען נישט פאר אן אור-אייניקל [בילד – נישט אפגעהיט]
לאמיר פרובירן, איין מינוט, איך דרוק "לרשימה המלאה", עס מאכט זיך אויף א נייע פענסטערל אין די זייט, עס איז בלענק (אין ספאניש זאגט מען 'בלאנקא' אויף די קאליר ווייס, לכאורה איז דאס די זעלבע שורש..), איך שרייב און שרייב, און האף אז אין לויף פון די פאר מינוט וועלן זיך די מענטשעלעך אריינריקן אין דעם רשימה המלאה, אבער... עס קוקט נישט אויס ווי דאס איז זייער פלאן. אויפן בלעטל שטייט DONE, ער איז שוין פארטיג.. אבער די מענטשעלעך באווייזן זיך נישט.
אלזא - שנאפס טייערער - וועסטו מוזען זיין צופרידן מיט דעם, ס'איז אויך גרין [בילד – נישט אפגעהיט]
נאדער
[בילד – נישט אפגעהיט]
לאמיר צירוקגיין צום ענין;
איך האב א מומע כענ"ה וואס גראדע איר דירה איז גאנץ א קנאפע, אבער אנהייבן פסח'דיג-מאכן הייבט זי שוין אן נאך פאר מ'טוט זיך אן די שאל איבערן האלץ.
דהיינו, לעצטנס האט זי פארטרויט מיין ווייב מיטן סוד, אז זי וואוינט נעבן א גרויסע מצה בעקערי, און דאס איז איר סימן:
ווען עס קומט אן די טרעילער ווייץ, הייבט מען אן איינציקויפן וואס ווייניגער חמץ'דיגע עסן.[מ'קלינט נאכנישט]
ווען זי שמעקט שוין די צימאלענע מעיל, באשטעלט זי שוין די גויטע. [אן עקסטערע שמיעס איבער דעם]
ווען עס קומט שוין די רויעך פונעם קוימען דאס הייסט מ'באקט שוין, דארף זיך שוין יעדער אפשקלען פאר מ'קומט אריין אינעם הויז און עס הייבט זיך אן די ריכטיגע אויסרוימען די חמץ, און אזוי לעבט מען שוין ביז א טאג נאך פסח ווען עס איז שוין ב"ה אוועקגעפאקט אלע פסח'דיגע כלים און עס איז שוין ציגעמאכט די פסח-קאך.
[און הערשט דעמאלס הייבט מען אן עסן די האלב געבאקענע [רויע] טשאקלעד קיפעלעך]
קרעמער;
ישר כח. ווילאנג עס איז גרינס נעם איך עס אן
ביי דעה וועי, ווער האט דיר שוין פארציילט? אפשר יואלי?
אייי עם סארי אלע כאוויירים, יאך פיר זיך נישט מגיב זיין אויף אן אשכול בעפאר יאך קוק דאס דורך מיט עיון רב, און לדאבוני הרב בין איך ביז הויטע ניט אנגעקומען צו ליינען די אשכול, וואס יאך האלט אז דאס איז גאר א וויכטיגע נושא, אבער נישט פאר מיר, נאר פאר די רביצין, סאו די אשכול האט מיר נישט ארויפגעברענגט די בלוט אין קאפ, ביז ווילאנג יאך האב געטראפן נאטורליך'ס תגובה, וואס דאס האט מיר ארויפגעברענגט ווייטאגליכע מעמארוען אז זיין אשכול שטייט שוין זייער לאנג מיט נאר 7 תגובות.
עניוועי יאך בין אויף די מיינונג מיט קענא, אז אור לארבעה עשר בודקין את החמץ, און מ'דארף פארדעם עסן און טרינקן נארמאל.