היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קינדער לערנט מען אויך צו טעראר?

קינדער לערנט מען אויך צו טעראר?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1786623

דיפלאמאט » 30/1/2006 21:40

נעכטן דורכפארנדיג דיוויזשאן עוו.  האב איך געהערט ווי שוין ווייטער פראטעסטירט מען קעגן ווערצבערגערס גראסערי, פארן זיין שטאלץ און פארקויפן די ערליכע צייטונגען כאטש וואס עטליכע משוגעים שמעקט עס נישט. קומענדיג נענטער האב איך באמערקט אז נישט ווי געווענליך איז עס געווען עלטערע ליידיגגייער, נאר דאס מאל איז עס געווען פון תינוקות של בית רבן, וואס זענען דורכגעפארן מיט זייער געלן באס, און די קולות וואס זענען פון דארט ארויס האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס איז זיכער פון פאבליק סקול אין זייער האלאווין חגא. ווי שאקירט בין איך געווארן זעענדיג אז אויף די באס שטייט געשריבן אידישע אותיות פון די ת"ת תשב"ר, פון די פיינע תלמיד תורות אין וויליאמסבורג.

 

עס האלט שוין דארט אז די עלטערע האבן שוין איינגעזען אז מיטן פראטעסטירן וועט מען אים נאר צוברענגען נאך און נאך קאסטומערס, אפי' פונעם קנאישן לאגער, וואס קענען נישט סובל זיין אזעלכע געמיינע געוואלדטאטן, האט מען עס איבערגעגען פאר די קינדער אז זיי זאלן נעמען די זאך אין די האנט, מיינענדיג אז אזוי וועט מען זיך רעכענען אז דאס איז נאר קינדער און מען דארף זיך נישט צוטוהן מאכן דערפון.

 

מיר האט עס אבער דווקא יא אויפגעשוידערט זעענדיג ווי ווייט מען גייט יענעם אונטערצוברענגען, אזש צו לערנען תמימותדיגע קינדערלעך וואס ווייסען נאך קוים צו זאגן פון אהבת ישראל, גייט מען זיי הייסן  צו פיינט האבן א צווייטן ווייל ער פארקויפט בלעטער וואס זענען נאך עניטיים אזוי גוט ווי דער איד מיטן בלאט און צייטונג צוזאמען, און קיין ווארט שלעכטס וועט מען דערין נישט טרעפן קעגן א צווייטן איד.

 

************************************

 

צופרי האב איך באמערקט ווי די שוטים גייען אן מיט די עקלהאפטיגע שריט, און האבן ווייס געמאכט די גאסן פון צעטעלעך מיט זיינע פריוואטע סעלפאן נאבמערס, א רשעות וואס איז אין דוגמתה, און פעלט נישט אויס צו קאמענטירען ווייל עס רעדט פאר זיך אליינס ווי ווייט די אידן האלטן.

 

טובעין » 30/1/2006 21:43

allah u akbar


[בילד – נישט אפגעהיט]

ליכטיג » 31/1/2006 02:20

וואס מיינסטו ?

אז קינדער שריביען פון א באס מיינט אז זיי האבען באקומען אזא באפעל?

זיי האבען פשוט געהערט אז עס איז לעבעדיג דארט האבען זי זיך אויך צולאזט.

knowit_all » 31/1/2006 03:04

אשרי  ילדותינו  שלא  ביישה  את  זקנותינו

findodort » 31/1/2006 17:47

ליכטיג:

און א באס רבי איז נישט דא ?
פאר וואס צו לאזן זיך נישט די צעלעמע קונדער ?
און פארוואס זאלן זיי טאקע נישט האבן א חלק פון די מצוה פון אויסראטעו די טמאנע המודיע ?

tzudick » 31/1/2006 18:49

קינדער טוהן געווענליך וואס זיי זעהן ביים טאטען,
אז דער טאטע איז א "טעראריסט" און שלאגט זיך מיט יעדער וואס איז נישט ווי "ער" פארשטייט,
וועט דאס קינד אויך "טערארעזירען" וועם ער וויל,

און דער "טאטע טעראריסט" האט אויך גיזען ביי "זיין טאטען" ווי מען טרונקט אידיש בלוט,

ועל כולם קען מען דא הערען 2129907031 "העצערייען" פון "זייערע רבנים" אז רוב אומגליקען רח"ל קומען פון אריינברענגען דעם "המודיע"
דאס הייסט אז פון זיינע חאזערישע צייטונגען , אין פון זיין קהילה'ס חילול שם שמים ,קומען ארויס ערליכע זאכען,
נאר פון "יענעמס המודיע" קומען אומגליקען רח"ל.

איז נאך אלטץ שווער צו פארשטיין דעם אינגל פונעם געלע באס ?

mincha24 » 2/2/2006 04:12

dont blam the kids blam the parents ,monkey see monkey do,the parents have no respact to each other so the kids, this in the new world, ABI MELEBET