ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1786321
מעכטיגע פייט צוישן ארוינים נאר אזוי גענימען פון
lakish
היינט אינדערפרי האט ר' שמעון זאב מייזליש ביי זיין שיעור געווידמעט אהאלבע שעה קעגן ר' דוד עקשטיין.
די מעשה וואס מען טוט אפ קעגען ר' שמעון זאב און זיין שיעור שפילט זיך שוין אפ איבער א יאר.
אבער דעם פרייטאג אינדערפרי האט "קהל" געמאכט, אז דער מנין תהילים וואס מען זאגט שובבי"ם פרייטיג זאל פארקומען אויפן פלאץ פון זיין שיעור.
א עלטערער אינגערמאן ר' וואלף שניצער האט אויסגעקלאפט אז דוד המלך האט נישט געמאכט דעם תהילים פאר פאליטיק ממילא ווער עס וויל זאגן עכט תהילים זאל מוחל זיין ארויסגיין ווייל דא קומט פאר א טעגליכער שיעור.
און דער עולם איז טאקע ארויסגעגעאנגען.
לצים האבן זיך געווערטעלט אז דאס איז געווען דער זעלבער תהילים פון שמיני עצרת 7:30 אינדערפרי...
היינט מאנטאג, איז ר' שמעון זאב ארויס פון די כלים און אנגעגריפן פערזענליך ר' דוד אז ער האט נישט קיין נשמה פון א א יד! (ער האט זיך זעט אויס באצויגען צו די ווערטער פון רבין אז ר' דוד איז א גוי!...)
ווער עס האט מער פרטים זאל זיך מעלדען.
הייבט זיך נישט אן, סהאט גארנישט מיט די תהלים פון פרייטיג.
סאיז דא איינער דאקטאר יאגענט אין מאנסי, וואס נעמט קעיר פון שוואכע בחורים, לעצטנס האט אים דוד עקשטיין געבעטן אז ער זאל געבן לקטשערס פאר יונגלייט פון קרית יואל וואס זאלן טון מיט שוואכע בחורים. פאריגע וואך האט דער דאקטאר יאגענט אינמיטן זיין לקטשער געזאגט אז סאיז דא ליידער רבנים וואס שטערן זיין ארבעט, און ער האט דערמאנט ר' שמעון זאבס נאמען אלס איינער וואס שטערט.
דעס האט געמאכט די גאנצע חרון אף, און ר' שמעון זאב האט כדרכו בקודש געלאפן האלטן א דרשה אז דוד עקשטיין האט אים געהייסן רעדן קעגן אים.
תוקן על ידי - כל_העולם - 31/01/2006 1:46:05
אלץ אהרוני בין איך נישט פארשעמט, אז נישט יעדער ביי די אהרונים, האלטן פון אלעס און
אלעמען אין די זעלבע מיינונג
איך בין נאך אלץ נישט פארשעמט, אויב די וואס האבן מיינונגס פארשידענהייטן, זענען ראשי הקהלה,
אדער רבישע קינדער,
איך בין נאך אלץ נישט פארשעמט, אויב האבן די יעניגע נישט קיין שכל, און מאכן זיכער ידידים און
שונאים צוגלייך, זאלן העלפן מישן די טינוף
ווייל פאר אלעם און נאך אלעם, בין איך אן אהרוני, ווייל די אהרונישע/סאטמאר קהלה איז
געבויעט, אויפן שלחן ערוך, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט, און מיר אהרונים האבן די
זכי' צו האבן א רבי ווי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, און א מנהיג ווי כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א
אבער דאס מיינט נאך נישט אז מיר זענען איינשטימיג אין יעדע זאך וואס איינער פון די ראשי
הקהלה, איינע פון די הנהלת המוסדות, איינער פון די קרובים אדער זאגאר קינדער פון רב שליט"א
טוט א נארישקייט, א עוולה, אדער אפילו אן עבירה,
יא, עס וועט זיין א עוולה, אויב די חסרון אדער עבירה ווערט מותר אדער גאר א מצוה ווייל
איינער פון אונז האט דאס געטאן, אבער אויף דעם עצם פאקט אז איינער האט געטאן א נארישקייט,
עוולה, אדער עבירה, איז במציאות א פאקט, וואס אויף עולם השפל, איז עס אזוי , און מען מוז
לעבן דערמיט
דעריבער, ווען ר' דוד עקשטיין, און/אדער הרב שמעון זאב מייזליש שליט"א טוען
נארישקייטן, האב איך טאקע נישט קיין הנאה דערפון, אבער פארדעם ווערט מיין קהלה - אדער
הייליגער פארטיי, [כלשונו של הגה"ק מהרמ"א פריינד זצ"ל] - ניישט אויס, אדער שלעכט, עס איז
נישט מער ווי א באמפ אויף די ראוד, און א בליפ אויף ראדאר סקרין
איך פארשטיי אז די זאליס, וואס זייער יסוד איז געבויעט, און לעבט אויף די פאקט, און האלט אן
אויף די שטרעבונג פון זיין קעגן די אהרונים, שטויסן די אהרונים, און די חינוך פון די קינדער,
די יסוד פון די קהלה, די שלוות הנפש והגוף איז אלעס נאר א פוטנאוט אויף זייער מחשבה, הילוך,
וועלן זיין פרייליך און פארנומען דערמיט, אבער דאס איז עס און נישט מער פון דעם
דעריבער שקל שלם, און אלע אנדערע, אז די זאליס ווילן פייערן זאלן זיי פייערן, און אז מיר
זענען אינפארמירט אז עס איז אביסל לעבעדיג, איז אויף נישט געפערליך, אבער מאכן א שמועס זאלן
טאן, די וואס לעבן און קוקן און האפן אויף דעם, די זעלבע וואס אין זייער ליידיגן לעבן, האבן
זיי נעבעך נישט אנדערש וואס זיך צו זארגן
פאקטיש פאר וואס אבער שעלסטו
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס א שטייגער איז מיין קללה?
א יעדס ווארט דיינע איז א שטיק ווייטאג
אבער נאך אלץ רעדט ער צו דער זאך און איך מיין אז ס'איז דא א שטיקל חילוק פון ווייטאג און קללה
תוקן על ידי - וואסענייעס - 30/01/2006 22:33:37
פאקטיש, ישר כח פארן גוט ארויס ברענגען דעם ענין פון א תורה'דיגן בליק און שטאנדפונקט.
איך האב נישט ערווארטעד אנדערש פון די זאליס נאך אזא הערליכע שבת אין ווילי וואס האט אויסגעשטאכן די נערווען פין די געמיינע זאליס, אז זיי זאלן אנדערש ענטפערן.
איך ווייטאג, אז מיר האבן א אפגעהיטענע קהלה
איך ווייטאג, אז מיר האבן א הייליגן רבין
איך ווייטאג אז מיר האבן א ערליכן רב
איך ווייטאג, אז מיר זענען גרויס בכמות ובאיכות
איך ווייטאג, אז מיר וואקסן און בליען
איך ווייטאג, אז מיר זענען חסידים 'פאר' אונזער רב, נישט 'קעגן' זיין ברודער
יא, איך ווייטאג, און איך שרייב קללות
אוי וויי, אוי וויי,
איך ווער א זאלי,
וואס א בראך...
געפאקט און געמאזעלט פאר 7 יאר,
און מיט איין שמעון זאב דרשה, פוטש.
איך קען נישט צומיר קומען פונעם ביטערן דורעכפאל...
דאס פנים פלאמט פאר בושה,
ר' שמעון זאב פארטראגט זיך נישט מיט דוד עקשטיין,
וואס א טראגעדיע...
ואני אנא אני בא...
ווער דארף נאך ראזענוואסעער?,
ווער דארף נאך די אפעלעט קארט?,
וואס האב איך פון די 10 טויזענט חסידים אין טענט?
וואס האב איך פון די שובבי"ם תורות?
וואס האב איך פון די שיינע נאבעלע דרשות?
וואס האב איך פון די ל"ג בעומר הדלקות?,
וואס האב איך פון די חנוכה לעכט צינדען?
וואס האב איך פון דעם אלעם?
אז ר' שמעון זאב מיט דוד עקשטיין קרוגן זיך...
ביי, ביי, אהרוניס,
פון היינט מאל בין איך א זאלי,
ברענגטס שנעל אהער ר' זלמן לייב'ן,
לאמיך עם א קיש טאן,
לאמיך עם אנהייבן צן לעקן,
איך בין גרייט צו זין דער צענטער ביי זיינע באטעס,
איך בין אפילו גרייט אינטער צוזאגן וועלעכע סדרה
עס גייט די וואך,
אבי זיי זאלן מיך לאזן אריין קומען צו זייער פארטיי,
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - כל_העולם - 31/01/2006 0:31:38
תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:36:33
פאקטיש[בילד – נישט אפגעהיט]יאנקעלע[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
שלמההמלך פליקט גיט אריין פאר פאקטיש דא האט איר
שלמההמלך
פאקטישל, דעס וואס די זאגסט "די אהרונישע/סאטמאר קהלה איז געבויעט, אויפן שלחן ערוך, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט" עפרא לפומיך, עס קען נישט זיין ווייטער פון דעם אמת.
און דעס וואס די זאגסט "הייליגער פארטיי" עפרא לפומיך, עס קען נישט זיין ווייטער פון דעם אמת.
און דעס וואס די זאגסט "אלץ אהרוני בין איך נישט פארשעמט" שקר, די ביסט שוין גאר גוט פארשעמט, און די שעמסט דיך יעדעס מאל עקסטער, ווען עטץ מאכטץ אן.
"די חינוך פון די קינדער" מאכן די ארונים, מיט ר' אהרן בראש, חרוב שוין איבער 20 יאר.
נו. יעצט זאל איינער ענטפערן פאר אים,
"אנא איך שעם זיך נישט"!
מאכטס ענק נישט משיגע, און טאמער ווערן די צוויי צירוק בשלום וועט ער זיך דען צימאכן דאס פיסק ?
עס האט נישט ציטוהן איינס מיטן צווייטען, ביי די זאליס לעבט יעדער בשלום, [?] און איך זעה נישט אז
דאס זאל זיי מאכן פאר נארמאלע אדער ערליכע מענטשן.
אוי וויי
איך האב פאקטיש פארגעסן פאקטיש אריינצולייגן פאקטיש איבעראל
יעדער ווערט פאקטיש געבעטן דאס אליין פאקטיש צו טאן
פאקטיש זאגט דער "פאקטישל" צו דער זאך !!
און מיט יענקעלע'ס יומאר, ווער קען זיך פארמעסטן !!
מנאי
גוטזאגער
פאקטיש דא האסטו די עכטע מעשה פון ר' משה ארי' זצוק"ל פון היסטאריקער חדשות אנש סאטמאר
און אז מזאגט שוין נאך פון הגה"ק רבי משה ארי' זצוק"ל א פאלשע סטעיטמענט, וועל איך דא
דערמאנען א שארפע אבער קלארע סטעיטמענט וואס דער צדיק וקדוש האט געעפערט פאר א חשובער איד
וואס האט געפרעגט פון אותו צדיק שווערע קשיות און גרויסע תמיהות אויף דעם גלילות'ער - ר' אהרן.
האט דער הייליגער ירושלימ'ער רב געענפערט, וזל"ק:
"ער איז א קליפה"!!!
די תירוץ האט פארענפערט ביי דעם איד און ביי אסאך אנדערע אידען פיל אומפארענפערבארע קשיות....
פאקטיש די מימרא פון א הייליגע פארטיי איז דא א טעיפ ווי רמ"א זאגט עס
זאג דעם היסטאריקער זאל פאקטיש זיין אזוי העפליך און צושטעלן א בארד און פיאות צו די מעשה,
ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט ווען מען פארציילט, סתם: רמ"א געזאגט ר' אהרן איז א קליפה
פאקטיש איז פיל אינטערעסאנטער ווען די מעשה גייט אזוי: יאר תשנ... חודש... שבוע... יום,...
בשעה... איז ר' פלוני אריינגעקומען צו רמ"א [אוודאי געבן געלט פאר מוסדות רמ"א] און געשמועסט
איבער .... אין מיטן שמועס איז אריינגעקומען א מעשה וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, און
דער ר' אהרן האט געזאגט אזוי און אזוי, רמ"א הערנדיג, איז געווארן אינגאנצן אויפגעקאכט, און
מיט א חרדת קודש אויסגעשריגן, דער ר' אהרן איז א קליפה, !!!!!!!!!!, און אלע אנוועזענדע וועלן
דאס קיינמאל נישט פארגעסן מיט וואספארא אש קודש די ווערטער זענען געזאגט געווארן................
איז די צווייטע נישט מער ארגיענעל, קען מען זיך נישט שווערן, באהייליגן מיט דעם
פאקטיש אז מען רעדט שוין פון רמ"א, איז מיר פאקטיש איינגעפאלן א פלאן, היות מיר זענען פאקטיש
אידן שומרי תורה ומצוות, און לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים איז אזוי הארב, קלער איך פאקטיש,
צו מאכן א אשכול איבערן ענין פון מחלוקת והמסתעף, און ווען מען רעדט פאקטיש פון רמ"א זצ"ל,
קלער איז אז עס וואלט געווען פאסיג אז די אשכול זאל זיין געווידמעט לזכות, ולרפואת, ולעילו
נשמת אביגדור יאקאבאוויטש, וואס האט כל ימיו זיך מוסר נפש געווען איבער דעם ענין, און נאר א
דאנק זיין געוואלדיגע חביבות המצוה, דרייט זיך ארום אזאלאכע מימרות בשם רמ"א זצ"ל ועוד
מנהלים וואס זאגט איר פאקטיש צו מיין פלאן
באקומען אין אישי:
ביטע אריינלייגן אין די אשכול פון ר' שמעון זאבס דרשה קעגן דוד עקשטיין.
דוד עקשטיין האט נישט גארנישט מיט דעם דאקטאר יאגען, אפאר פריוואטע יונגעלייט זענען געגאנגען צו אים נעמען לקטשערס, און ער האט זיך אפגערעט אויף "בנעשעקלעך", ער האט בכלל נישט דערמאנט קיין נעמען.
פאקטיש פארטראגן זיך נישט די צוויי, דוד עקשטיין פון קרית יואל מיט יעקב יגן פון לעיקוואוד
קהל האט ארויסגעלייגט א צעטל שבת זיך צו אנטשולדיגן אז מען האט בטעות געמאכט דעם מנין אויפ'ן ארט וואו ר' שמעון זאב לערנט פאר.
אבער וואס ס'האט געבאדערט פאר דעם גרויסן בעיבי איז געווען אז מען האט נישט געשריבן אויף אים דעם טיטול מו"ץ, און דאס איז געווען די סיבה צו זיין ווילדן אויסברוך.
נעבעך נעבעך, צו וואס נארישע כבוד-געזוכעכץ קען ברענגען.
ווארהייט דו ביסט בכלל נישט גערעכט זיי נישט ברוגז ווייל דער פראבלעם איז נישט אז ס'איז ארויס געפאלן דער ווארט מו"ץ נאר ס'איז במכיוון ארויס געלאזט געווארן און מיט א חשבון און אויב שוין יא חשבון האט ער אויך אויסגערופן בואו ונחשוב חשבונו מאך נישט קיין טעות איך האלט נישט אז ער האט גוט געטוהן אבער סתם אזוי צו שיסן און די וועלט אריין כבוד קענסטו אויך נישט
חשבון ארויף, חשבון אראפ.
דער בעל הבית פון כל העולם כולו האט מיר דערציילט אז ס'האט אים אריינגערופן א חשוב'ער רב זיך באקלאגן פארוואס מען לייגט נישט אריין גענוג בילדער פון אים.
"ווייסט דאך," זאגט דער רב, "אז פאר מיר גייט דאס גאר ווייניג אן. איך ליג נישט אין די ביליגע גשמיות'דיגע זאכן, אבער די חסידים, זיי ווערן שוואכער אין אידישקייט, זיי באקומען ספיקות אין די אמונה."
ר' שמעון זאב קוקט מיר נישט אויס צו זיין ווייניגער פערד ווי יענער רב.
תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:37:50
לויט ווי איך הער טענהט דוד עקשטיין אז ר' שמעון זאב האט זיך אליין אפגעזאגט שוין מיט א יאר צוריק פון זיין מוץ, און ער זיצט שוין נאמאור אין בית הוראה איבער א יאר.
איינער קען עס קאנפירמען?
אויך, ווייסט איינער וואס איז געווען נעכטן ביי די מיטינג פון ר' שמעון זאב מיט קהל?
תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:38:59
משמועסט אז סדארף ארויסקומען א צעטל פון דוד עקשטיין ווי ער בעט איבער ר' שמעון זאב.