לויט ווי איך הער איז דארט קיין 30 בחורים נישט געווען.
די בזיונות זענען געווען שרעקליך.
כא כא כא כא!!!
נישט צום גלייבן!
די אידיאטן שעהמען גארנישט זיך נישט מיט דעם?
דאס ווייזט נאכאמאל אז די גאנצע זאלי חסידות איז א דשאוק.
פארגעסטס נישט מ'האלט מיר שוין 6 יאר זינט ער איז רב, און ער האלט נאך ביים אלף, אלעס דרייט זיך נאך ארום "ר' אהרן", יעדע מסיבה, אקציע, צו זאל זיין א טיש צו א "מציצה בפה" קאמפיין, אלעס האט איין מטרה "צופיקסו ר' אהרן".
איך קען אייך גאראנטירן אז אין 6 יאר ארום וועט עס נישט זיין קיין טראפ אנדערש.
ליינטס און שטוינט וואס איינע פון די הייסע זאלי שרייבערס שרייבן וועגן דעם באטע:
"דעם שבת האבען הינדעטער הינדעטער יודען נאכאמאל געדאנקט אין געלויבט דעם בורא עולם, אז ער האט
אינז געראטעוועט פין די שיעבוד פין די אפסטעיטער טעראריסט וכת דילי'
מיט התרגשות האט זיך פין יעדענס הארץ פיןדי געפאקטע עולם אין ביהמ"ד הגדול בראדני סט.
ארויסגעשריגען פין טיפען הארצען, ברוך הוא אלוקינו .... והבדילנו מן התועים...
אזא שבת קען מען זען דעם חילוק פין מה בין בני לבן חמי... "
עכ"ל
יא יא, איר ליינט גוט, פארדעם קומט מען זיך צאם צו באטעס און רעוא דרעוין, וועגן "ר' אהרן"
נאך 6 יאר, וואלט מען שוין געמעגט האלטן אביסעלע מער פאראויס.
איך זאג אייך ס'קומט מיר באמת צו לאכן...
די מודעה פאר די תלמידי ישיבות קטנה איבער די באטע פרייטאג צונאכטס בראשות דעם סאטמארער רב שליט"א.
קרעדיט פאר "כל חארונים כולו"...
ער כאפט נעבך נישט וואס פאר א בושה עס איז אז מען דארף מאכן גרעסערע פלאקאטן ווי פון די מציצה בפה קאמפיין פאר סתם א ש"ס און באטע