URGENT CALL TO ACTION
נער_תמים דיר האט די גמרא אויך געמיינט ווען די גמרא האע געזאגט שמא גרים אז די נאמען פון א מענטש איז גורם אויף די אויפירונג אין שכל פונעם מענטש
תכלית לאמיר נישט אוועק קריכן פונם נושא
אז מען קען אפהאלטן אז עס זאל נישט אנקימען געלט פאר די טעראריסטן דארף מען זעין צו טיען אלעס וואס מען קען
זיי די חאמאס האלטן אין איין הארגענען היימישע אידן
אין אפילו לפי דיין שיטה אז מען טאר נישט שטיצן די מדינה דאס געט נאכנישט קיין היתר צו שטיצן די חאמאס וואס הארגענען אונזער בערידער אין ארץ ישראל חוץ אויב די ביסט פון די נתורי קרתא דעמלטץ ביסטו גערעכט מיט דיין תגובה
יא דא איז לייכטער.
ווייל ביי מציצה וויל מען אפשטילן די מעשה, דא ווילן די חברה א באלאגאן.
מ'דארף בעטן דעם פרעזידענט אז ער זאל נישט שטיצן די טעראריסטישע מדינה (די ווייסט אז די טמאנע מדינה איז נישט קיין דעמאקראטישע לאנד, זיי האבן נישט קיין קאנסטיטושען, ערליכע יודען האבן דארט נישט די רעכטן וואס זיי האבן אין אמעריקע), אזוי אז די מדינה זאל אינטערגיין און מ'וועט קענען לעבן מיט זיי בשלום אזוי ווי פאר די מדינה.
דער עיקר וואס איך מיין צו זאגן איז אז פאר די טעראריסטן זאל מען נישט שיקן קיין ביליאנען דאלארן זיי די אראבער זענען טעראריסטן אין מען טאר נישט צולאזן אז עס זאל אנקימען געלט צו זיי
חוץ לשיטת נתורי קרתא וואס לשיטתם איז די בליט פון די אראבער חשוב'ער אין טייערער פון די בליט פון אחינו בני ישראל
איך האלט אז מען טאר נישט מאכן קיין טראסק נישט אויפצורייצן די טעראריסטן, אבער אזא פארלאנג איז קריטיש וויכטיג.
שטעלט אייך פאר בשנות הזעם ווען אמעריקע וואלט געשיקט ביליאנען צו די נאציס און מ'וואלט גע'פועל'ט עס אפצושטעלן - וואלט עס געהייסן התגרות באומות?
ס'זעט סיי ווי נישט אויס אז אמעריקע, לכה"פ אינטער בוש, זאל וועלן געבן געלט פאר חאמאס.
קרן, איך האלט אויך אז דא איז נישט שייך התגרות באומות, אבער דא איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די נאצים ימח שמם, אפשר אויב די אראבער וואלטן אראפגעלייגט די געווער פאר געלט וואלט זיך יא געלוינט פאר דעם צו באצאלען, סוף כל סוף זענען זיי דאך רוצחים פאר נקמה, נישט אזוי ווי די נאציס, און די טמאנע מדינה איז מער שולדיג אויף יעדע אנפאל פון די אראבער אויף די יודן.
פאר כלל ישראל. אין ידען וועלן נישט האבן קיין ברירה, עס וועט נישט העלפן קיין מדינה אין אויך נישט קיין הירש פון די נתורי קרתא, נאר זיך ווענדען צים טאטען און הימעל. און פאר דעם הייסט ער שוין טויזענטע יארן ישמע-אל.
די אראבער וולען נישט אראפגעלייגט די געווער פאר געלט. זיי האלטן און זאגן אז זיי האבן א חוב קדוש באחרית הימים צו הארגענען א יעדע איד (און קרוסט). די חאמאסניקס זענען פאדאמענטעליסטן, און נעמן זייער קאראן זייער ערענסט.
אז מען קען אפהאלטן אז עס זאל נישט אנקימען געלט פאר די טעראריסטן דארף מען זעין צו טיען אלעס וואס מען קען
רופן 311 ביי מציצה בפה, גלייב איך נישט אז דאס איז התגרות באומות, א חילול ה' אין א נארישע מהלך, זיכער יא. צו דאס האט אויך קליע געמאכאט, גאנץ מעגליך.
תוקן על ידי - findodort - 31/01/2006 17:39:33
שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך בין-לאדין ארויס קומען פון זיין מייזן לאך אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע טעראר וואס איך האב געמאכט פאר ענק, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן ,
דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט
שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך היטלער ימח שמו וזיכרו אויף וועקן פון זיין שלאף אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע קרבנות וואס איך האב אויסגעשאכטן, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן ,
דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט
איז וואס איז דא לגבי די חאמאס אנדערשט, ווייל זיי הארגענען מענטשען וואס וואונען אין די מדינה?
וואס וואלט געווען ווען די חאמאס וואלט ווען געהארגעט נאר אין אמעריקע, וואלטן ענק אויך געזאגט אז מען זאל זיך לאזן איבער בעטן פון זיי?
א טעראריסט בלייבט אן טעראריסט נישט קיין חילוק צי ער הארגעט אין ארץ ישראל פולן אינגערן רוסלאנד אמעריקע אדער .............
איך פארשטיי מיינע קעגענערס וואס האלטן נישט ווי מיר, זיי זענען לגבי דעים ענין א נוגע בדבר, וועגען דעים מעיג א קרוב נישט עדות זאגן לטובת א קרוב, והשוחד יעוור עיני חכמים, מען איז אזוי אויפגערעיגט אויף די מדינה אז מען קען נישט טראכטן נארמאל,
טראכטס ענק גוט איבער אין מיינע ווערטער, אין אז איר האלט נאך אלץ אנדערשט פון מיר, נישט קיין פראבלעים, כשם שפרצופיהם אינם שווים כך דיעותיהם אינם שווים.
כאטש איך האב א נארמאלן פנים!!!
פארוואס האט מען זיי געמעגט געבן געלט ביז יעצט? אראפאט איז גארנישט אזא קליינער טעראריסט געווען, איך האלט נישט אז מ'זאל געבן געלט פאר טעראריסטן, אבער אויב מקען אויפטון לוינט זיך דאס געלט.
מיט וואס איז יעקב געגאנגען צו עשו?
דעס וואס די רעדטסט וועגן "נוגע בדבר" רעדטסטו סתם שטותים, ווי קומט דאס דא אריין, אבי געשאסן אין די וועלט אריין.
די האסט אפשר געהערט 212.990.7031 ?
תוקן על ידי - findodort - 02/02/2006 2:24:59
די נאציס האבן נישט געהאט אויף וואס נקמה צו נעמען? האט נישט אפשר דער ימח שמו'ניק געהאט א "ריכטיגע" טענה אז די אידן געוועלטיגן אויף די וועלט?
(פארשטייט זיך אז איך שרייב דאס נאר ארויס צו ברענגן די פארקרומטקייט פון אונזער נייע חכם מכל אדם)
די יודן האבן געוועלטיגט אויף די וועלט? די ביסט אייוט אף יאר מיינד.
און דער חכם וואס ווייסט נישט פון דא, און נישט פון דארט, ברענגט מיר א זוהר, די קענסט דען לערנען זוהר? ווי האסטו דיך געלערנט זוהר אויף די אינטערנעט? אדער דארט ווי מאדאנע לערנט קאבאלא?
פאר די אלע וואס זיכען א תירץ אויף אנטיסעמעטיזעם מיט שכל זענען בלינד צי היסטאריע.
נעם למשל די פאראדאקס פין היטלערס פראפעגאנדע וועגן די אידען
פין איין זייט איז די זשיד איז א שמיציגער א אינטער ראסע, (מענגעלע האט אויך דאס געוואלט פריווען מיט זיין ריסערטש) אין פין די אנדערע זייט איז דער זשיד דער וואס געוועלטיגט אויף די וועלט אין שטערט די סא קאלד אויבער ראסע.
אין דאס איז די פוינט וואס עניה_סוערה טרייט צי מאכן אבער אינזער שלמהלע איז אייוט אף היז מיינד.
ציונות איז לא מעלה ולא מוריד, סאיז דא א דרייווער וואס איז אין קאנטראל
אין אן אנדער אשכול שרייבט יוחי :
אלס אן אגודיסטישער אנטי ציוני, זאג איך אז א יעדען טאג ווערט מער און מער קלארער פאר די גאנצע וועלט אז דער מדינה איז א כשלון פונעם ערשטער קלאס.
לפי הערצעל דארף דאך דער עצם קיום המדינה מבטל זיין אנטי סעמיטיזם פון אונטער דעם זון
פין א ריין שכלדיגע בליק האט זיינע ווערטער דעלמאס אין אפשר אויך היינט געמאכט סענס, אבער ווי געזאגט כלל ישראל ווערט נישט געפירט לויט די כללי השכל.
און ווער עס זעט וואס די מוסלימענער פארפירען איבער א גוי'אישער CARTOON
און ווער איז שולדיג?
לפי IRAN איז עס מדינת ישראל.
קען איינער מסביר זיין דאס מיט שכל ?
ווער עס זעט נישט קלאר די השגחה עליונה איז סערטעפייט בליינד
בקיצור רוב גוים אין איירופע האלטען שטילערהייט אז אויב נאר נישט פאר מדינת ישראל וואלטען מיר נישט געהאט קיין פראבלעמען.
אין וואס האבן רוב גוים געהלטען פאר די מדינה?
שכל זאגט: אין די פאל, ווער עס ניצט עם, האטעם נישט .
ציונות לא יושעינו ואין לנו להישען אלא ....
נא קוועשטען אבאט איט
שלמה לערען פליז די זוהר (די ארגענעלע נישט אויף די אינטערנעט וועסטו טרעפען און זוהר הקדוש פ' וארא זוהר חלק ב' דף ל"ב ע"א )
ווי על ההוא זמנא דאתיליד ישמעאל בעלמא ואתגזר, מה עבד קודשא בריך הוא, ארחיק להו לבני ישמעאל מדבקותא דלעילא, ויהב להו חולקא לתתא בארעא קדישא, בגין ההוא גזירו דבהון, וזמינין בני ישמעאל למשלט בארעא קדישא כד איהי ריקניא מכלא זמנא סגי, כמה דגזירו דלהון בריקניא בלא שלימו, ואינון יעכבון להון לבני ישראל לאתבא לדוכתייהו, עד דישתלים ההוא זכותא דבני ישמעאל. וזמינין בני ישמעאל לאתערא קרבין תקיפין בעלמא, ולאתכנשא בני אדום עלייהו, ויתערון קרבא בהו, חד על ימא וחד על יבשתא וחד סמוך לירושלם, וישלטון אלין באלין, וארעא קדישא לא יתמסר לבני אדום. בההוא זמנא יתער עמא חד מסייפי עלמא על רומי חייבא, ויגח בה קרבא תלת ירחין, ויתכנשון תמן עממיא ויפלון בידייהו, עד דיתכנשון כל בני אדום עלה מכל סייפי עלמא, וכדין יתער קודשא בריך הוא עלייהו, הדא הוא דכתיב (ישעיה לד ו) כי זבח ליהו"ה בבצרה וגו'. ולבתר דא מה כתיב, לאחוז בכנפות הארץ וגו' וישיצי לבני ישמעאל מינה, ויתבר כל חילין דלעילא, ולא ישתאר חילא לעילא על עמא דעלמא, אלא חילא דישראל בלחודוי,
און דאס איז אלעס פאר דעם שכר וואס ישמעאל האט זיך גע'מל'ט ביי די 13 יאר.