היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בני ברק: פני הזאלונים חפו...

בני ברק: פני הזאלונים חפו...

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1784077

jhhoruyr » 29/1/2006 03:27

די זאליס אין ב"ב קענען נישט צו זיך קומען נאכדעם וואס פאר שב"ק האט מען דערווישט זייער גרויסן סוד אז זיי האבן געפלאנט אריבער צוברענגען זייער כולל מיט די 14 יונגעלייט אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה אינעם שיכון.

דער ביהמ"ד הגדול דינט יעדן אינדערפרי אלס דער אכסניא של תורה פונעם "כולל עצי חיים".
נאכמיטאג איז געווען די כולל אין ביהמ"ד עטרת זקנים וואס איז אינעם בנין הת"ת.
אבער אזויווי מ'האט אנגעהויבן צו בויען אינעם בנין הת"ת שטערט דאס פאר'ן כולל, האט מען זיך פאריגע וואך אריבער געצויגן אינעם ביהמ"ד הגדול אויך אויף נאכמיטאג.

שב"ק האט מען געזעהן וויאזוי דער תימן'ער טאלער איז צולאזסט און שעלט ר' משה חיים ווייס פארן שריט וואס ער האט געטוהן.

ווי איך הער פון י-ם שרייט מענדל וואלערשטיין אז אויף מאנטאג וועט שוין די זאליס כולל זיין אינעם ביהמ"ד אינעם שיכון.

ונזכה ונחיה מה יהיה חלומותיהם !!!

jhhoruyr » 30/1/2006 12:19

מחר יהיה האות הזה

מארגן איז מאנטאג

נו!  לאמיר זעהן אויב די כולל פון די זאליס קומען אריבער אין ביהמ"ד הגדול.