היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא

ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1781576

קרעמער » 27/1/2006 05:08

ווי שוין ערווענט נעכטן אויפדערנאכט, איז דא אזא מחלה וואס רופט זיך "ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא", אז יעדן איינציגן טאג ריקן זיך אריין אזעלכע סארט ניקס וואס ווערן געבוירן יענעם טאג, און הפלא ופלא, זיי כאפן א מיתת נשיקה און מען הערט מער נישט פון זיי פאר די וועלטס געלט.

וויל איך דא ווידמען אן אשכול פאר די סארט ניקס, ווער עס האט אן איבריגע מינוט'קעלע זאל דא פארצייכענען אלע ניקס וואס מען באמערקט אז זיי ליידן פון די סארט אנשיקעניש.

קרעמער » 27/1/2006 05:11

די היינטיגע "ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא" אווארד ווערט געגעבן פאר א קלוגער איד:

kligeryid
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1781339

סאכדעס » 29/1/2006 21:40

קארטאפעלע

התאחדות » 30/1/2006 19:37

חיימ'ל

טאגליכט » 30/1/2006 23:13

איך, כ'מיין טאגליכט

חיימיל » 30/1/2006 23:26

התאחדות

איך בין נארוואס אנגעקימען.

שוין ווילסטע מאכן די לויה???
ווי איז מיין ברוך הבא??
האסט מיר געפרעגט צי איך האב ווי צי זיצן??
האסט מיר געפרעגט צי איך האב שוין געהאט שנאפס??

לאמיר טרעפן א קודם א בענקעל ווי זיך צי זעצען,

נ.ב איך בין מוחה בכל לשון של מחאה. קעגן די נייע גרעפיקס דא אין פארק
אדאנק די נייע גרעפיקס, קען מען שוין נישט ניצן די אלטע מענטשעלך אויך נישט

קרעמער » 9/2/2006 05:49

ברוך הבא ניק בי רב דחד יומא פון יום ד' בשלח הדף_בטעינה

יאנאש » 10/2/2006 03:35

ברוך הבא ניק בי רב דחד יומא פון יום ה' בשלח היינט

(ביי די וועי, עס פאסט נישט צו טשעפן אונזער ראה"ק גלייך ביים אנקומען)

קרעמער » 13/2/2006 07:12

ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא פון יום א' פרשת יתרו (וואס האט געהאט זיבן נעמען..) איז: הקפה-ניגון

שנאפס » 21/2/2006 00:39

הקפה_ניגון

הקפה_ניגון » 21/2/2006 00:47

כ'גיי זיך יעצט אויסדריקליך נישט אננעמען אויף מיין אייגענעם כבוד ככתיב (בשינוי לשון קצת): "על כבודי לא מחיתי." אבער בנוגע צו "הדף-בטעינה" וויל איך נאר מעורר זיין, אז ווי באקאנט איז ער, פאר קיין איד געדאכט, נעבעך געקלאָונט געווארן אין א שכינות'דיגן אשכול. איז וויבאלד אזוי האט ער גאר א צווייטן דין און מען קען אים נישט גלאט אזוי צוזאמכאפן מיט אנדערע.

"שנאפס": דו ביסט דאך דער שולדיגער: "נעם ארויס דעם באלקאן פון צווישן דיינע אויגן!" אביסל שכל, ניין?!

קרעמער » 21/2/2006 01:17

הקפה-ניגון;

יעצט אז דו ביסט צוריק, מיין איך אז מען ברויך ארונטערנעמען דיין ניק פון דעם ליסטע פון ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא'ס..

קרעמער » 21/2/2006 01:19

ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא פון היינטיגן טאג - יום ב' משפטים, פרעזידענטס טאג למספרם - איז: liliputti

הקפה_ניגון » 21/2/2006 01:46

(אן ענוות חן מיט אן איידל שמייכל אויסגעגאסן אויפ'ן פנים:) א שיינעם דאנק, קרעמער!

שנאפס » 21/2/2006 05:01

אויקיי איך ציה צוריק. אנשטאט דעם וועט עס באקומען סאטמורי

קרעמער » 21/2/2006 14:39

שנאפס;

כאפ נישט, היינט איז דא גרויס קאמפעטישן.. עס וועט זיין א פארמעסט צווישן סאטמורי און פורימדיג, ווער עס קומט טאקע נישט צוריק, דער וועט זוכה זיין צו זיין למפרע דער ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא פונעם נעכטיגן טאג.

פורימדיג » 21/2/2006 16:51

קרעמער זיסער

צוערשט שלום עליכם,  יעצט מיין פראגע איז צו ווען די ביסט אנגעקומען צום ערשטן מאל איןם קרעטשמע האט מען דיר אויך אזוי אויפגענומען מיט שפאס.

לויט מיין פארשטאנד יא.   ווייל מיינע משגיחים אין ישיבה פלעגט אלץ צו זאגן א די גרודף'טע בחורים נאך פון די יוגענד זענען נעבעך נישטשילדיג אין זייער שלעכטיגקייט.

אלזא קרעמער אין אלע דארט טרייט נישט ארויסצו-ווייזן אייער פארגאנגענע קינדערישע יארן.

יאנאש » 21/2/2006 18:29

יאנאש שטימט אז סאטמורי זאל האבן באקומען דעם טיטול, פשוט ווייל יאנאש האפט אז די מנהלים וועלן זיכער מאכן אז ער קומט נישט צוריק.
 
(איז נישט אזא נאמען קעגן די תקנות?) 

קרעמער » 21/2/2006 20:42

הבהרה:

איך זעה אז מאנכע ווערן באליידיגט און שפירן זיך באקריוודעט ווען זייער ניק ערשיינט אויף די ליסטע פון ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס זאל זיין אזוי, וואס איז די בושה אז מען באמערקט בכלל אז עס איז דא א נייע ניק אין קרעטשמע?

אגב, האב איך גראדע הנאה אז זינט די גרינדונג פון דעם אשכול, רופן זיך די בי-יומא'לעך אן כאטשיג נאך איינמאל נאכן ערשיינען אלץ ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא, חיימ'ל יוכיח, הקפה-ניגון יוכיח, ואחרון אחרון חביב פורימדיג...

פורימדיג » 21/2/2006 21:56

קרעמער

ישר כח....

איך האב נאר געוואלט זען צו די וועסט דיר וויסענדיג מאכן פון מיר...

פורימדיג » 21/2/2006 22:39

אגב.

איך בין דא אין איך וועל אי"ה דא זיין יעדן טאג.. [אחוץ איך וועל טרעפן א זשאב]

אין וועם עס געפעלט נישט קען לכאורה  -   ווי אזוי יענער האט געזאגט  -  פלאטצן.

קרעמער » 21/2/2006 23:56

דער היינטיגער ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא איז (מאכט די דראמס...........................טר טר טר באם באם באם......................) תושבמאנסי.

ספאנש » 23/2/2006 22:58

היינט בין איך דער עני המהפך בחררה צו באקומען דעם ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא אווארד איך בעט אז קיינער זאל עס נישט צונעמען.

צייטליך » 23/2/2006 23:08

מ'דארף טאקע זעהן אויב די וועסט מער נישט שרייבן דא,
דאן וועסטו טאקע באקומען די היינטיגע "עווארט"..

זכה לך

קרעמער » 24/2/2006 02:58

ספאנש;

פריי זיך נישט אזוי, עס איז שוין דא א קאמפעטישן דערויף שכלהישר!

שכלהישר » 24/2/2006 04:54

שלום עליכם!!!!!

קודם שנאפס אוי וויי אנטשילדיגט שפאנס I AM SORRY אבער השתא דאתית להכי געב איך נישט אויף און איך האב מורא אז מוועט זיך ברויכן שטעלן צו דין תורה,

טר,,, טר,,, טר,,,   העללא ?  יא,,,  אהההה  טוען גיט געריפען האלט איך יעצט פונקט אינמיטען שיקן א
הזמנה פאר פארן בעל דין מיינער איך הער נישט,,,,,,,  וואס   וואס,,,,  אפס אפגעהאקט

שוין וועל איך שוין שפעטער צריק ריפען, בקיצור שפאנס איך בין גרייט ווי סקיקט מיר אויס איז קרעמער עני וועי 
שוין אויף מיין זייט מילא יעצט זיך די איינער פאר זבל"א און איך האב מורא אז דא אין קרעטשמע מוז תאחדות 
זיין דער שלש שוין זאל זיין אזוי,,,   

שנאפס,,, איך מיין אז די זאלסט דיך משתתף זיין מיט די הוצאות ווייל די הזמנה איז שיר נישט גענגען צו דיר,
  

קרעמער » 24/2/2006 05:20

איין מינוט 'שכלהישר' דו ברענגסט דאך דא אויף א געוואלדיגע טעאריע וואס איז ווערט אריינגעלייגט צו ווערן אין די רומער (גאסיפ) אשכול, אז ספאנש פארמאגט די זעלבע אותיות ווי שנאפס, זעהט אויס אז לכבוד חודש אדר האט ער באשלאסן צו מאכן א שטיקל ונהפוך הוא, און דאס איז איינס און דער זעלבער.

הא? וואס זאגט דער עולם דערצו?

whats_up » 24/2/2006 16:30

קרעמער איך מיין אז דעס קומט דא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1747749

קרעמער » 24/2/2006 17:57

אזוי אינטערסאנט וואטס-אפ, וואס מאכט דיר טראכטן אז עס באלאנגט דארט? אפשר ווייל איך האב דאס פריער אליין געשריבן?

whats_up » 24/2/2006 18:11

אנטשולדיגט קרעמער, איך האב עס געהאט געליינט שנעל און איך האב מיך נישט געכאפט אז די האסט עס געשריבן תוקן על ידי - whats_up - 24/02/2006 18:13:38

יאנאש » 27/2/2006 03:21

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, באט איין פוינט נאר.

קרעמער;

מיינט נישט גאססיפ מער "לשון הרע" ווי "רומאר"?

קרעמער » 27/2/2006 05:09

יאנאש;

דא האסטו א העתקה פון דעם דיקשאנערי וואס איך נוץ געווענליך, ער טייטשט אפ דעם ווארט גאסיפ:
Rumor" or talk of a personal, sensational, or intimate nature".

יאנאש » 27/2/2006 20:38

דאס איז ווייל געווענליך איז א רומאר לשון הרע.

קרעמער » 2/3/2006 05:30

nick-bi-kraitchme-d'chad-yoma of today goes to SINGER_73

SINGER_73 » 2/3/2006 18:24

Thanks kramer,i am flattered...(did i spell right??) i thing so

SINGER_73 » 2/3/2006 18:29

My goodness... " THINK SO" I  AM GOING BACK TO SCHOOL!!!!!!!!! [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 2/3/2006 19:05

איר זעהט? אפילו איינער וואס קען א גוטן ענגליש, מאכט זיך אבער אז בשעת'ן שרייבן פארפארט דער פינגער אויפן נישט ריכטיגן קנעפל, ס'מאכט זיך ביי מיר, ס'מאכט זיך ביי דיר, ס'מאכט זיך ביי יעדן איינעם. מען ברויך נישט צוריקגיין אין שולע צוליב דעם.

קרעמער » 12/3/2006 19:37

נמנו וגמרו, די ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא פונעם היינטיגן טאג (י"ב אדר) איז:
אפשרלתקן

קרעמער » 12/3/2006 19:48

איך האב צו שנעל אוועקגעגעבן דעם היינטיגן טיטל, עס איז נאך דא א גרויס "קאמפעטישן" דערויף

דער צווייטער וועלכער איז נאמינירט פארן היינטיגן טאג איז: מכון_צדק

יאנאש » 12/3/2006 19:50

יאנאש האלט אז "אפשרלתקן" וועט זיך דא דרייען מער ווי "מכון_צדק"

האלט יאנאש אז די כבוד קומט פאר "מכון_צדק"

not2bz » 29/5/2006 17:53

איך בין נאר דא היינט,

קרעמער » 29/5/2006 18:30

ניק-בי-קרעטשמע-דחד-יומא פונעם היינטיגן טאג - יום המיוחס - ערשטע יארטאג פונעם קרעטשמע, איז:

JOVVBOY

תוקן על ידי - kraitchmer - 29/05/2006 19:45:35

jovvboy » 29/5/2006 18:36

[בילד – נישט אפגעהיט]כאב געמיינט אז דא באקימט ערשט דעם צווייטען טאג