איך לייג יעצט אראפ דעם גוגעל-טאלק טעלעפאן (האט איר געוואוסט אז מען קען רעדן לאנג דיסטענס דורכן טעלעפאן פאר אומזינסט דורך גוגעל און עס הערט זיך קלארער ווי ווען יענער שטייט נעבן דיר? פרובירט דאס אויס!) מיט אונזער חשוב'ער דיין רבי התאחדות, זאגט ער מיר אז זיין קאפ טוט אים יעצט געפערליך וויי.
אזוי שרייבענדיג דעם יעצטיגן תגובה, קלאפט ער מיר אריין מיט א גוגעל-טאלק מעסעדזש אז "מען דארף תשובה טאן" "מיין קאפ שיסט"...
האב איך געקלערט אז עס איז נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן גרינדן אן אשכול וואו דער עולם וועט זיך וואונטשן רפואה שלימה איינער פארן צווייטן (ווי נישט ווי קען יעדער נוצן א שרויפל דא אדער דארט..).
איך וועל אנהייבן:
התאחדות! סאכדעס! וכל שום וחניכא דאית לך! דו זאלסט האבן א רפואה שלימה אויף אלע דיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, השי"ת זאל העלפן אז די קאפ שמערצן זאלן אוועקגיין, נעלם ווערן כהרף עין, און דו זאלסט באהיטן און באשירעמט ווערן פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות, ונאמר אמן.
ובטוח אני אז די תפילות פון חברים וועלן אסאך אויפטאן, אזוי ווי עס איז געווען דאן ווען איך האב - נישט מער געדאכט - געליטן אויף די שרעקליכע קאפ שמערצן אינמיטן זוממער.
רבותי! האלט אייך נישט איין! וואונטשט און וואונטשט, און געדענקט המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה .
אזוי שרייבענדיג דעם יעצטיגן תגובה, קלאפט ער מיר אריין מיט א גוגעל-טאלק מעסעדזש אז "מען דארף תשובה טאן" "מיין קאפ שיסט"...
האב איך געקלערט אז עס איז נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן גרינדן אן אשכול וואו דער עולם וועט זיך וואונטשן רפואה שלימה איינער פארן צווייטן (ווי נישט ווי קען יעדער נוצן א שרויפל דא אדער דארט..).
איך וועל אנהייבן:
התאחדות! סאכדעס! וכל שום וחניכא דאית לך! דו זאלסט האבן א רפואה שלימה אויף אלע דיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, השי"ת זאל העלפן אז די קאפ שמערצן זאלן אוועקגיין, נעלם ווערן כהרף עין, און דו זאלסט באהיטן און באשירעמט ווערן פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות, ונאמר אמן.
ובטוח אני אז די תפילות פון חברים וועלן אסאך אויפטאן, אזוי ווי עס איז געווען דאן ווען איך האב - נישט מער געדאכט - געליטן אויף די שרעקליכע קאפ שמערצן אינמיטן זוממער.
רבותי! האלט אייך נישט איין! וואונטשט און וואונטשט, און געדענקט המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה