אין ליכט פון די שאקירנדע אנטדעקונג אז די כאמאס האט געווינען א רוב אינעם פאלעסטינער פארלאמענט, און די אלטע רעגירונג האט זיך אפגעזאגט, וואס קען מען ערווארטן אינעם מיטל מזרח, בפרט אז שרון איז אויפן קראנקן בעט, און זיין נאכפאלגער איז א בלויזער פופעט פון פארשידענע אינטערעסן?
מיין מיינונג איז, אז די כאמאס האט נאר געווינען אדאנק די קארופציע וואס האט געהערשט ביי אראפאט, און די מינוט וואס דער העלד אראפאט איז שוין נישט געווען וואלט סיי ווער געקענט געווינען אקעגן די קארופטירטע פאטאח, אפילו שרון...
דעריבער האלט איך אז עס וועט נישט האבן קיין ווייטגרייכענדע אפעקטן, אדער גייט כאמאס טוישן זייער פאליטישע ליניע, וואס דאן וועט במילא אפירקומען א שארפע אפאזיציע פון די מיליטאנטן, געשטיצט דורך איראן און די כיזבאלא, וואס וועט אבער בלייבן אין די אפאזיציע. אדער וועט כאמאס בלייבן מיליטאנטיש, און דער דרוק פון די גאנצע וועלט, ווי אויך דאס עמטליכע פארשפארן די גרעניצן פון מדינת ישראל פאר די טויזנטער פאלעסטינער ארבעטער, וואס באדייט אזלה פרוטה מן הכיס, וועט עווענטועל זייער שנעל אומווארפן די כאמאס רעגירונג צו די נייע פנימ'ער וואס גייען יעצט אריינקומען אין פאטאך.
לדעתי די איינציגע ערנסטע אויסווירקונג וואס קען פאסירן איז, אז די מדינת ישראל זאל ווערן אזוי אנגעצויגן, אז דער שאק וועט אין די קומענדיגע צוויי חדשים ארויפברענגען צוריק ליכוד אויף די מאפע, מיט נתניהו אין שפיץ, אבער עס מיינט אויך נישט קיין ווייטגרייכנדע אפעקטן, סוף כל סוף איז יעדער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נישט מער ווי א פופעט פאר די אמעריקאנער רעגירונג. צי ער ווייזט עס אפן ארויס צי נישט.
וואס האלט איר ?