היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » וועלקאם בעק

וועלקאם בעק

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1780911

סאכדעס » 26/1/2006 18:55

אין דאזיגען אשכול עט יעדער וואס עט זעהן אז סיז צוריק געקומען עמיציר, וואס איז שוין אן אלט געזעסענער תושב, נאר איז געוועזן אפוועזנד, צוליב סיי וואס פארא צוועק און ציהל דאס זאל נאר נישט זיין, ווי למשל איינער פארט א וואך וואקאציע, אדער צו די מקומות הקדושים קיין יוראפ, וכדו', און אז ער קומט צוריק, איז דאך נישט מער ווי רעכט איהם אויפצונעמן מיט א ברייטן שלום עליכם.

איך על טאקע זיין דער ערשטער, און יאך על זאגן א ברייטן שלום עליכם פאר אונזער נאטורליכסט'ן שרייבער וואס מיר האבן נאר געהאט אויף די אירענא, ה"ה כבוד הרב נאטורליך. שליט"א

וועלקאם בעק


מיר האפן צו זעהן פיינע פרישע ווארע גלייך פון די יונייטעד קינגדאם'ס, יהא זכרו ברוך.

סאכדעס » 29/1/2006 21:34

וועלקאם בעק ערעב מאטעס, אוי האסטע מיר דערמאנט גוטע זכרונות פון מיינע ערשטע וויזיטען דא אין די קרעטשמע, פאר סוכות.

אוי מי יתן והי'?

קרעמער » 6/2/2006 23:44

ברוך הבא בשם ה' ברכנוכם מבית ה'!!!

 

מיט גרויס פרייד איז היינט אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה אז נאך א לענגערע צייט אפשניט פון איין-און-פופציג טעג האבן מיר די זכיה מקבל פנים צו זיין איינער פון די זקני וישישי הקהילה הקדושה, דעם חשוב'ן אלעמען באקאנטן ר' חיים חייקל דער וואסער טרעגער ני"ו.

 

ר' חיים חייקל איז טיף אין חודש כסלו אוועקגעפארן צו א ווייטן לענדל איינצוהאנדלן עפעס נייע כלים פאר זיין מסחר וואס ער וויל יעצט עטוואס אויסברייטערן עס זאל קלעקן פאר זיין געזונדל, און עס ווייזט אויס אז דאס מזל האט אים צוגעשפילט אז ער האט אין די קורצע תקופה פון 51 טעג צוזאמגעזאמעלט גענוג סחורה און גרינווארג אויף דעם גאנצן יאר.

 

לאמיר האפן אז ער וועט אונז שוין מער נישט איבערלאזן אזוי אויף הפקר.. מיר האבן זיך אזוי געבענקט...

הק' קרעמער בשם כל הקהילה הקדושה

פעדעקס » 23/2/2006 01:14

אוי, שוין לאנג נישט דא געוועזן.

איך כאפ נאכנישט פינקטליך וואס דא גייט פאר, קוים וואס כ'דערקען דאס פלאץ...

הדף בטעינה... דרושים מתכנתים מוכשרים ב....

וואס גייט דא פאר?

איך ווייס אפילו נישט אויב עס וועט אדורך גיין מיין תגובה.

לאמיר פראבירן...   'שלח תגובה'....

קרעמער » 23/2/2006 01:25

וועלקאם בעק, וואו ביסטו געווען אונזער באליבטער מיטגליד פעדעקס?

פעדעקס » 28/2/2006 16:45

ניין, נישט אויף וואקאציע.

אויך נישט אונטער אן אנדערע ניק...

צוליב צוויי אנדערע סיבות בין איך נישט דא געוועזען די לעצטע שטיק צייט.

קרעמער » 28/2/2006 17:41

לאמיר האפן אז די 2 אנדערע סיבות האבן זיך שוין אפגעטאן און מיר וועלן הנאה האבן פון דיר אזוי ווי אמאל.

יענטאאש » 1/3/2006 03:18

ס'איז מיר פינסטער און שווארץ, עס קלעמט ביים הארץ, כ'וויין כ'זיפצע, כ'קרעכץ כ'ברעטשע, קיינער עס טוט נישט באשטיין, מיך מקבל 'וועלקאמ'ען צו זיין.

קרעמער » 1/3/2006 15:18

די סיבה דערצו איז
ווייל צוערשט מען מוז
שלום מאכן מיטן פאקט
אז דו האסט אונז פארפאקט
עס לאזט זיך נישט גלייבן
און מיר קענען נישט דערהייבן
אז דו האסט אונז אמאל פארלאזט
צו טראכטן אזוי א שטיק געזונט עס קאסט
אויטאמאטיש איז נישט אין פלאץ
דיר מקבל פנים זיין מיט א גאלדענע טאץ
ווייל איינער וואס איז שטענדיג דא
זאגט מען אים נישט ברוך הבא!..

SINGER_73 » 1/3/2006 22:24

TEST !!! am i back??? oh i was never here to begin with[בילד – נישט אפגעהיט]

SINGER_73 » 1/3/2006 22:58

Let me tell you something guys,i have been on hydepark for over a year(just reading) ( work,sleep,eat davin,lernan between...of course) this is the best i have found,NO FIGHTS,NO HATE NO STUPID POLITICS,you guys should be commended the way you behave here,i thought every furom is a fight, here i see intelligents,respect,and every thing to enjoy a good read and a good laughter,i am here to stay,i dont have a Yiddisha keybord so i wont write to much,KEEP IT UP PLEASE

קרעמער » 2/3/2006 05:27

DEAR SINGER;

It is people like you, and comments like yours, what keeps me and others rolling!! thank you for the nice words, and we hope - with god's help - not to let you down!!

we hope you will change your mind about not writing much on the forum, we need nice people like you writing their taughts in here.

KRAMER

יענטאאש » 2/3/2006 05:35

איי עם וויט קרעמער אן וואן פעידזש אן די קאמפלימענטיג ענד נייס ווארדס פארט. באט וואט איי דא וואנט טא עסק פראם אוער בילאווד קרעמער איז: סינס יור יודיש איז דעט גוד, דעט עוורי ווארד איז עי פלעזשור איט סעלף, פליס דאונט פארקריך פראם די לענגוועטש, איווען ווען איטס פאר די סעיק אף ענסווערינג סאמוואן אין דע סעים וועי הי דיד....

קרעמער » 2/3/2006 05:42

יענטאאש טייערער מיר האבן א כלל
אין מסכת ביצה לערנען אונז חז"ל
ווען איינער ענטפערט איינעם צוריק
זאל ער ענטפערן מיטן זעלבן טריק
די זעלביגע איז אין הלכה פארהאנען
ווען מען ענטפערט אמן נאך א חזן
זאל מען אויפן זעלבן טאן נאכזאגן
איך האף וועסט מיר נישט אנשלאגן

יענטאאש » 2/3/2006 05:47

איך פארשטיי דיין טענה איעדער אות, אבער עס איך דא דער 'אחרי רבים להטות', רוב ליינער טוען אידיש בעסער פארשטיין, איך מיין אז דו האלטסט אויך אזוי אליין,

קרעמער » 2/3/2006 05:52

וואס פארשטייסטו מיר נישט אביסל
כ'וויל דאך ווייזן א קענטעניסל
אז איך קען ענגליש אויך עטוואס
האסטו א בעסערע תירוץ ווי דאס?

יענטאאש » 2/3/2006 05:54

ניין ניין ניין, איך טו אלעס פארשטיין, איך האב נאר געטון זאגן, וואס ביי מיר אויפן מאגן,

קרעמער » 2/3/2006 05:56

אזוי גאר
לאמיר פארשטיין קלאר
דו האלטסט שוין יעצט נאך ד' כוסות
אז דיין מאגען געט ארויס אלע סודות

יענטאאש » 2/3/2006 06:02

ברויך מען זיין דען שיכור ווי לוט צו טון אזא זאך, ווי בעטן צו שרייבן א געוויסע שפראך?

קרעמער » 2/3/2006 06:08

ניין און ניין
פארשטיי וואס איך מיין
ארויסצוגעבן סחורה פון מאגען
דאס איך וואס איך טוה זאגען

יענטאאש » 2/3/2006 06:11

אקעי לאמיך דא קלאר ווערן, איך מיין דיך נישט צו שטערן, עס איז פשוט בעסער פאר דיין פאך, צו שרייבן דיינע זאכן אין די אידישע שפראך,

קרעמער » 2/3/2006 06:40

שוין, ער דאגה'ט פאר מיין פאך
האסטו שוין געהערט אזא זאך?

SINGER_73 » 2/3/2006 16:14

Thanks kramer !!! but i thing yantaash is right i also like to read your stuff in yiddish,

קרעמער » 2/3/2006 23:17

וועלקאם בעק איינער פון אונזערע געשמאקע שרייבער "MEFIKEL", וועלכער האט גענומען אורלויב אויף א חודש, אבער איז ב"ה צוריקגעקומען.

אויך איז כדאי צו דערמאנען איינעם פון די עמודי התווך פונעם קרעטשמע "סעמאן-פיש" וועלכער האט זיך אויך צוריקגעקערט נעכטן נאכט נאך א לענגערע אפוועזנהייט.

mefikel » 2/3/2006 23:28

Thanks my dear Mr. Kremer, I appreciate your quick notice of my return and admire your loyalty to the furom by acknowledging it in public.

Keep up the good work!

לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!

סאכדעס » 27/3/2006 18:17

שלום עליכם אונזער אלט באליבטן ראש הקהל -ווער געדענקט ווען ער איז אראפגעפארן צום קעניג אפשרייען די גזירה פון דעם גראף יר"ה- מיר אלע טוען אייך באגריסן העפליך וועלקאם בעק.

קרעמער » 27/4/2006 19:14

ברוכים הבאים און וועלקאם בעק TO THE THING

יאגעלע » 27/4/2006 19:40

איך פארדין טאקע נישט אז מ'זאל מיך מאכן א וועלקאם בעק ווייל איך האב גערופן קרמער מיטן נאמען לץ, סא מאך איך מיר אליינס א ברוך הבא.

סאכדעס » 27/4/2006 19:47

מיט אן אראפגעלאזטן קאפ פון גרויס בושה נישט זיך אנרופן מיט ברייטע ברוך הבא ווי עס פאסט פאר דעם קליינעם יאגעלע'ן, סאו וועל איך בשם כל הקהל הקודש (ווער איז דאס? וואו זענען זיי?) אויסרופן א וועלקאם בעק פאר יאגעלע.

קרעמער » 27/4/2006 19:51

וועלקאם בעק יאגעלע!

יאגעלע » 27/4/2006 19:56

קליינע יאגעלע?

אזעכע בושות?

פארוואס?

[בילד – נישט אפגעהיט]

יאגעלע » 27/4/2006 20:05

אז קרעמער אליינס האט מיר געוועלקאמט בין איך שוין רואיג אז ער האט מיר שוין מוחל געווען.

סאכדעס, כל הקודש איז דאך מסתם געפארן דיר באגלייטן קיין מאנגאליע

קרעמער » 2/5/2006 05:38

וועלקאם בעק איינער פון די פיינע מעמבערס "קאניאק-101"!

Konyak_101 » 2/5/2006 17:44

פיינע ??

קרעמער » 2/5/2006 17:46

צו א קליינע טיטול פאר דיר?

לאמיר פרובירן דאס: איינער פון די מעמבער'ס וואס ברענגן אונז כסדר אינהאלטסרייכע תגובות און פארשידענע ידיעות פון דא און דארט.

HOW IS THAT?

whats_up » 2/5/2006 23:09

וועלקאם בעק

בענעדיקטXVI

not2bz » 9/5/2006 19:12

וועלקאם בעק hutkh

גראף » 9/5/2006 20:51

WELCOME BACK NATAN101

יגרסהדותא » 9/5/2006 22:35

WELCOME BACK צו מיין אנדערע ניק

יענטאאש » 13/6/2006 02:47

וועלקאם בעק!!!!!!!!!!!!!!!!!

טייערער זאאאארעעעעעעעעעעעעעעךךךךךךפפעעעעעפפפעעעעררררר!!!!!!!!!!!!!!

גלייב מיר באמת בנאמנות אז מיר בענקען זיך נאך דיר!

אנטשולדיגט איך מיין צו זאגן: גלאייפ מער בענעמאנעס.....

קרעמער » 5/7/2006 03:41

כ א פ צ ע ם םםםםםםםםםםםםםםםםםםם

נאך א "האלב יאר", יא, זעקס חדשים, וואס SERVICE03 האט נישט געשריבן אין קרעטשמע, האט ער זיך היינט אריינגעריקט אומבאמערקט און איבערגעלאזט א קורצע תגובה'לע, ער מיינט אז קיינער האט אים נישט באמערקט...

וואו ביסטו געווען ביז היינט? אויסער איין תגובה אין אן אנדערן פורום האט מען פון דיר נישט געהערט אדער געזען לענגאויס די לעצטע זעקס מאנאטן!

מיר האלטן גאר אינמיטן אן אינטערוויו מיט דיר... ואיכה? וואו ביסטו?????????????