היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליינער רעאגירן אויף צייטונגען וארא

ליינער רעאגירן אויף צייטונגען וארא

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1780322

jhhoruyr » 26/1/2006 11:17

דא וועט קענען שרייבן אלע תגובות בנוגע די צייטונגען פון די וואך - פרשת וארא.

אייןסאטמאר » 26/1/2006 21:40

איך וויל פרעגן א אויפריכטיגע שאלה פון די "דער איד" לייענר / פארעהרער / שרייבער. אויפ'ן ערשטן פעידזש די וואך איז דא א ארטיקל וואס באשרייבט פונקטליך די מצב הבריאות און די שאנסן פון שרון ימ"ש, וואספארא שייכות האט דאס מיט'ן ציל פון צייטונג לוחם צו זיין קעגן ציונות? וואס איז דער באדייט פון שרייבן עס ווי א טרוקענע נייעס אויפן פראנט פעידזש (ווי רביה"ק זי"ע האט פארלאנגט עס זאל זיין מינומים 3 ארטיקלך בגנותה פון מדינת ישראל) פונקט ווי זיי שרייבן להבדיל אלף אלפי הבדלות ווען רבינו שליט"א איז אריין אין שפיטאל? משא"כ די "משכילשע" בלאט שרייבט בכלל נישט אין די נייעס פון זיין מצב, אנשטאדט דעם האבן זיי א ריזיגע ארטיקל אויף די פראנט פעידזש פון די געפלאנטע עצרת קעגן די תוכנית ליב"ה אין ירושלים קימעדיגע וואך, וואס דער איד דערמאנט נאר דרך אגב דערפון אין א אנדערע ארטיקל (ווייסט איינער פארוואס?). ביטע ענטפערן אויף ריבטיג, נישט מיט צוריקשיסן אין די וועלט אריין, תורה הוא וללמוד אני צריך

אייןסאטמאר » 26/1/2006 23:50

איך האב געפרעגט די אויבערשטע שאלה אינעם אנדערן פורם, אבער קיינער ענטפערט נישט, ווייסט איינער פארוואס?

אייןסאטמאר » 26/1/2006 23:56

אין דער איד שטייט אז די פאטאך האט געווינען, בעת יעדער ווייסט אז חאמאס האט געווינען מיט א שטארקע מערהייט, אבער עס איז נישט קיין קשיא ווייל לויט זיי איז ר' מענדעל שווימער מעיאר אין קר"י. מיך ווינדערט אז די בלאט שרייבט אינגאנצן נישט דערפון(איך האב נישט געזען).

ראדני152 » 27/1/2006 00:09

שוטה נעכטן האט א יעדער געמיינט אז פאטח האט געווינען דא איז אויך דא אזא אשכול