הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שיינער הערליכער ווידיא פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג, שליט"א
שיינער הערליכער ווידיא פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג, שליט"א
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1780096
הערליך!! ממש א שאד אויף אזא שיינע געלונגענע רבי'סטווע אז ס'פארמאגט נישט קיין גרויסן עולם
ס'איז ממש א פלעזשור צו האבן אזא באטעמט'ן געשמאקע רבי'ן
וואו געפונט זיך די חסידות, פון וויפיל באשטייט דאס? פארוואס קומט נישט דער רבי מער ארויס קיין חוץ לארץ צו אונז
וואו געפונט זיך די חסידות, איו ארץ ישראל, אין אשדוד,
פון וויפיל באשטייט דאס? וואס גייט דיר אן, ווענט זיך דען אין דעם ווי גרויס ער איז,
פארוואס קומט נישט דער רבי מער ארויס קיין חוץ לארץ צו אונז זעיט אויס אז די פריערדיגע מאל וואס ער איז דא געווען, האסטו אים נישט געגעבן א סכום הגון ווי עס דארף צו זיין, אבער קענסט נאך תשובה טיען, ער קומט יעצט נאכאמאל, אין מאך זיכער אז ער זאל קומען נאכאמאל נעקסטע יאר, מיט דיין שיינע סכום.
i saw 5 minutes, and i couldn't take it anymore, this is SHOW business, he should go to
איך בין געווען ביי זיין טיש די וואך, ער מאכט א רושם ווי א ערנסטע אינגערמאן.
ישר כח איציק, אבער להאב מיין איך אז במקום צו שרייבען א לשון כפול אופן קעפל [שיינע- הערליכע] איז וויטיגער ארויסצושרייבען דעם נאמען, כדי צו מאכען דעם קעפל קלאר.
תוקן על ידי - עפשטיין - 26/01/2006 20:12:33
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פיטסבורג (די ישיבה) האט א שוואכע נאמען אין א"י, נאך בחייו זיין טאטע
איך הער אז מ'זינגט דארט אבער אסאך חב"ד ניגונים!
אויך האבען זיי אסאך שיינע אייגענע ניגונים,
למשל די באוויסטע צמאה נפשי.. לבי ובשרי, וואס דער בורשטינער רבי, חוסטער רבי ועוד זינגען מיט
מתיקות, איז א פיטסבורגע ניגון
דער פיטסבורגער רבי איז אין אשדוד.
זיין טאטא האט אריינגעלייגט א אמתדיגע עבודה, ווער עס האט געהערט שטיקלעך פון זיין תפילה אדער נגינה איז נתרגש געווארן ביז טרערן.
ער האט געפראוועט גאר א שיינע טיש אין בורו פארק
ביי מיר זעהט אויס פון די ווידיא אז עס קומט אים נישט אהן גרינג דאס פירען טיש און דאווענען פאר'ן עמוד
ווונדערליך, דער פילם איז שיין באארבעט.
ווי אזוי בריינגט מען ארויף פילמען אין גוגל וועבזייט?
און ווי אזוי טרעפט מען פילמען וואס אנדערע האבן ארויפגעבריינגט?
איך האב געזעהן אין "איד" אז ער איז אויף שבת אין מאנסי