היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » = איש את רעהו יעזורי- זיך העלפן איינער דעם צווייטען =

= איש את רעהו יעזורי- זיך העלפן איינער דעם צווייטען =

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1779961

שלום_משה » 26/1/2006 00:08

איך עפן די אשכול,  איך האלט אז מיט די צייט וועלן אסאך מענטשן הנאה האבן דערפין

עס איז דא א געוואלד מיט זאכן וואס קימט אינטער פאר א מענטש צי טיען,
וואס ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי מען טיט עס וואלט ער זיך געקענט שפארן אסאך צייט, געלט,  אין כח,
ער ווייסט אבער נישט ווי אזוי מעו טיט עס,  איך וועל גיבען עטליכע משלים,אבער הכלל כילו יצא

למשל, אינסטאלן א שבת שלאס,טעלפאון דשעק,שבת זייגער, פאלערסן פיקטשער,
טוישן א אויסגעברענטע באלב פין א קאר,פיקסן א פלעט טייער,ניצן קעבעליס,אינסטאלן א טשילאר,אינסטאלן א פען,
וכדומה וכדומה וכדומה

עס זענענן דא מענטשן וואס זענענן באהאווענט מיט די אלע זאכן פינקטליך ווי אזוי מען טיט עס,
אין קענענן באשטיין עס מסביר צי זיין פאר א צווייטען

דא וועט זיין א פלאטץ ווי מען וועט טיען חסד איינער מיטן צווייטען, איך האלט אז אויב עס ארבעט זיך אויס וועלן אסאך מענטשן הנאה דערפין

די עיקר סיבה פארוואס איך עפן עס איז
ווייל כ'האב געדארפט נעכטן באקימען א בוסט פאר מיין קאר, מיין שכן האט געהאט קעבעליס
אבער ער האט נישט געוויסט ווי אזוי מען ניצט עס, אין איך האב אויך נישט געוויסט, מילא האבן מיר עס נישט געקענט ניצען,

אפשר וואלט מיר איינער דא געוואלט מסביר זיין ווי אזוי מען ניצט עס, על כל צרה שלא תבוא
{כ'האב  היינט געקויפט  די קעבעליס אין וואל מארט עס קאסט נישט מער ווי 6 דאלער, אשאד עס נישט צי האבן אין די קאר, אויב מען וועט עס אמאל דארפן} 



תוקן על ידי - שלום_משה - 26/01/2006 0:12:42

boro567 » 26/1/2006 00:17

פשוט די רויטע גייט אויף די פּלאָס פון די בעטטערי פון ביידע קארס און די שווארצע גייט אויף די מיינעס. תוקן על ידי - boro567 - 26/01/2006 0:17:47

משהוואלף » 26/1/2006 00:36

איךהאב שוין אמאל געדארפט מאכן א באוסט, איך האב געהאט קעיבעלס, איך האב אפילו געוויסט אז די רויטע גייט אויף די פלאס, אבער איך האב נישט געוויסט וועלעכס די פלאס איז און וואס די מיינעס איז.
[ס'קען זיין אז עס שטייט, אבער עס איז געווען שווארץ און שמיצוג אז מ'האט נישט געזען]

ווי ווייסט מען א חילוק  ?

וואסענייעס » 26/1/2006 02:38

געווענטליך איז אין די קאר אויך די פלאס רויט און די מיינוס שווארץ

שלום_משה » 26/1/2006 02:53

איז עס אזוי פשוט

איז דא עפעס וואס מען דארף וואטשן נישט צי טיען??

איז א חילוק אויף וועלכע קאר מען לייגט עס קודם ארויף??

איז א חיולק וועלכע מען לייגט קודם ארויף, די פלאס אדער די מיינוס??

יישר כח

תושבמאנסי » 26/1/2006 05:46

וועגן דעם איז דא חברים, זיך צי העלפען איינער די אנדערע בשעת הצורך

monroe06 » 26/1/2006 19:21

Thanx Shulem Moshe, I'm looking for somebody to take over a cell phone plan, It's a Cellular One phone, It's in contract for the next 13 months, If you are intrested please contact me in Ishis or e-mail me at celltakeover@yahoo.com

וואסענייעס » 27/1/2006 02:14

שלום משה יא ס'איז פשוט מ'דארף וואטשן אז מ'זאל נישט לייגן פארקערט די צוויי קאלערס ווייל ס'קען זיך נעמען רייכערן מ'לייגט עס קודם אויף די קאר וואס דארף די בוסט (איך בין נישט זיכער אז ס'איז דווקא) מ'לייגט קודם די מיינוס נאך איז גוט צו וויסן ביי רוב היינטיגע קארס ליגט די בעטערי באגראבן און נאר א ווייער פאר די פלאס איז ארויף געברענגט און צוגעטשעפעט מיט א סקרו און ביי א בוסט דארף מען לייגן די מיינוס אויף עני אייזן (די בעסטע איז א סקרו ווייל אסאך פארטס קען מען מיינען אז ס'איז אייזן און ס'איז נאר פלעסטיק) און די פלאס לייגט מען אויף די אויבן דערמאנטע ווייער

אלעסאמת » 27/1/2006 02:22

מאנרא זיך אויף א געגענט ווי עס ארבעט נישט cellar one און קאל זיי אן זאג זיי אז די גייסט מופען דארט און זיי זאלן קענסלן דיין פאן פאר פרי ווייל די האסט נישט קיין סערוויס דארט ווי די גייסט מופען עס קען א מאל געלינגן

monroe06 » 27/1/2006 16:02

Ales Emes, Thanx! I will try that and let you know if it worked

moshe06 » 29/1/2006 22:41

האט איינער נאך דעם אידישען לוח פין פאריאר???

איך דארף וויכטיג וויסען די אידישע דעיט פין   sept /13/ 2005 


איך וויל די סדרה פין יענע וואך,
אזוי אויך וועלכע טאג אין חודש עס איז געווען

ביטע,קיקטס אויב איר האט נאך ערגעץ פארווארפן דעם לוח
אויב יא קיק נאך אין זיי מיר ביטע מודיע

וואסענייעס » 29/1/2006 23:29

דערווייל קען איך דיר נאר זאגן אלעס אויסער די פרשה
דינסטאג, ט' אלול תשס"ה

וואסענייעס » 30/1/2006 00:31

דינסטאג פרשת כי תצא