היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » היימישע סענטער

היימישע סענטער

17 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 19 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1777206

HomeCenter » 24/1/2006 03:54

נאכאמאל UPDATED
גיט א בליק און לאזט איבער אייער מיינונג, קריטיק, עצה,
אדער אפילו סתם אביסל חיזוק.

http://xthost.info/heimish1/index.html

קרעמער » 24/1/2006 20:22

איך בין מסכים מען זאל אהינלייגן אלע מיינע ארטיקלן. ביטע געדענקן "כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם".

משהוואלף » 24/1/2006 22:58

איך קען נישט ליינען די מעשה דארט, עס שטייט אין לשה"ק.
וועט אלעס שטיין אין לשה"ק  ?

HomeCenter » 25/1/2006 17:19

בכלל נישט, אדרבא מיר וואלטן ענדערש געוואלט יודישע, נאר מיר לייגן אריין וואס מען שיקט אונז.

3x0 » 31/1/2006 22:10

איך קום דאך נישט אן צו "היימישע סענטער"

HomeCenter » 31/1/2006 22:18

3X0 יישר כח פארן מעורר זיין, עס איז נאך פריער דארט געווען מ'וועט זען וואס מ'קען טאן. זעט אויס די קאמפעני האט עס ארונטערגענומען., אזוי קוקט עס אויס ווען מ'צאלט נישט קיין געלט, און אן אדווערטייזמענט

3x0 » 31/1/2006 22:36

איך זעה אז דעס ארבעט נאך יא

http://himishecenter.fateback.com

פארדעם האסטו יא געצאלט?

HomeCenter » 1/2/2006 18:15

ברוך השם , מיר האבן באוויזן צוריק ארויפלייגן אויף א נייע אדרעסס די הארד דרייוו אויף די סערווער האט זיך צובראכען , מיטנעמענדיג די DATA אין תהום , נאך א מזל מיר האבן געהאט א בעקאפ נייע אדרעס http://xthost.info/heimish/

HomeCenter » 2/2/2006 04:03

מען קען יעצט איבערלאזן מעסעדזשעס וואס דער עולם קען תיכף ליינען

קרעמער » 2/2/2006 05:31

וואס זאגט דער עולם צו מיין מעסעדזש דארט??? איך בין געווען דער ערשטער!!! (די אנדערע צוויי זענען פון הייםסענטער אליין, אזוי קוקט מיר אויס).

HomeCenter » 13/2/2006 18:54

מען קען יעצט אריינשיקן לינקס, כאפטס א בליק http://xthost.info/heimish/

HomeCenter » 14/2/2006 03:14

מיר ברויכן הילף מיט צוזאמשטעלן די לינקס ווער עס אט אביסל צייט אין וויל ארויסהעלפן זאל ביטע מודיע זיין.

קרעמער » 14/2/2006 05:37

מר. היימישע סענטער, איך פארשטיי נישט וואס דארט גייט פאר, איר האט דאך שוין געהאט ארויפגעשטעלט א גאנצע רייע מיט לינקס, וואו זענען זיי פארשוואונדען געווארן?

cano » 2/5/2006 00:55

למעשה כהיום יום ארבעט עס נאך אדער נישט איך האב היינט געטרייט אריינציגיין דארט אין איך בין פארלוירען געווארען so please update us

HomeCenter » 4/5/2006 05:55

אז מען פרעגט שוין יא וועל איך ענפערן, אויסצוארבעטען אזא זאך פאדערט זיך א געוואלד ארבעט, איך האב נישט באקומען הילף אין נישט חיזוק, ב"ה איך בין פארנומען אויך. ולכן האב איך פשוט אויפגעגעבן למעשה כהיום עקזעסטירט עס נישט, (דאס וואס מ'זעט איז פון די האסטינג סערווער)

HomeCenter » 5/5/2006 19:24

מ'האב מיר מיישב געווען, אז אונז זעמיר גרייט צו הערן פארשלאגן, אויב איינער וויל העלפן, קען מען מחדש זיין כימי קדם. מען דארף נישט האבן קיין שום עקספריענס אין וועב דעזיין צו העלפן בעיקר נאר אויף די תוכן. הגם מקען מיר נצען איינער וואס קען XML און CCS

HomeCenter » 5/5/2006 19:27

העיקר שכחתי דא אוז אונזער גוגל נאמען אויב מען וויל זיך מעלדן אין אימעיל אדער דירעקט שמועסן HeimisheCenter@gmail.com