אפיציעל: זאלי ראזענוואסער אפיל דיסמיסט
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1777020
דער נאטיס אוו אפיל דורך די זאלי לויערס אויף ראזענוואסער'ס דעסידזשען איז אפיציעל ארויסגעווארפן געווארן דורך 4 אפעלאט ריכטער פארגאנגענעם פרייטאג יאנואר 20
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעהט מען די 4 ריכטער.
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעהט מען דעם פסק
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי איז מיין לויער יענקעלע11
ווען ראזענוואסער גייט ענדיגען זיין פסק גייט מען קענען נאך א מאל אפילן?
אדער דאס איז עס?
מעסטרא איז דער זעלבער וואס מען האט געשמיסט אז ער האט זיך מיט זיי געטראפן?
יא
עס מוז זיין אז די אפילס זשאדשעס ליינען היידפארק, אדער האבן זיי באשלאסן ארויסווארפן דעם אפיל און באשטעטיגן באראש'ס פסק,
ארענדער עס שטייט דארט אז ר' יענקל כאהן איז ראש הקהל
כאפט אריין א וואדקע
פרייטס ענק קינדערלעך.
עטץ האטס שוין געהאט געווינען חול המועד, נאכאמאל הושענא רבא, נאכאמאל שמיני עצרת, נאכאמאל שמחת תורה, נאוועמבער 30, דעצעמבער 31, און יעצט נאכמאל געווינען. עטץ האלטס אין איין געווינען...
עטץ זאלטס ווייטער געווינען, און אונז העמיר ווייטער בלייבן אין ראדני.
כאפט אריין א וואדקע.
זיי פרייען זיך אומזינסט שוין די צווייטע מאל, אבי א תירוץ צו טרינקען וואדקע, זיי האבן מער פארלוירן מיט דעם ווי געווינען, ווייל אויב לאזט מען דאס אפילן, מיינט דאס אז וואס ראזענוואסער האט געשריבן האט ווען א ממשות אין פראקטיק, אבער אזוי ווי דאס וואס ער האט געזאגט האט נישט קיין ווערט למעשה, אזוי ווי די אפעלאט זאגט, ממילא איז נישט דא וואס צו אפילן.
ראדני152
ס'דאכט זיך מיר אז די האסט געליינט אן אנדער צעטל אדער קענסטי נישט קיין ענגליש
זיי שרייבן אז עס איז אום אפיעלבאר דאס מיינט אז מ'קען עס נישט אפיעלן ער שרייבט נישט אז עס האט נישט קיין ממשות
, דאס שרייבט ער אויפן "נאטיץ אויף אפיעל".
שפיטצער,
וז"ל ר' יאנקעלע,
אלזא איז לדעתי נישטא קיין ממשות אין דרייניץ ערקלערונג, און אז ער גייט יא קלאר ארויס געבן א פסק ווער עס איז פרעזידענט, און דאס איז א גרויסע שריט פאראויס, און יא, דער פארלירער וועט דאס גאנץ זיכער גיין אפיעלן, די שאלה איז נאר ווער עס וועט זיין מושל בכיפה ביז צום אפיעל, סאטמאר אדער די זאלונים,
ונזכה וחי' ונראה.
קען איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט
וואסערע אפיל רעד מען דא?
ראזענוואסער האט שוין געפסקנט בכלל? וואס רעד מען פון חול המועד סוכות ארדער?
אוודאי קען מען אפיעלן ווען ראזענוואסער וועט געבן א "דעסיזשאן", דער פאריגער אפיעל איז געווען אויף א ארדער און נישט א דעסיזשאן, במילא שרייבן זיי אז א ארדער איז נישט אפילעבל,
Generally, "an order, made in advance of trial, which merely determines the admissibility of evidence is an unappealable advisory
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 24/01/2006 1:17:49
ס'האנדלט זיך דא פונעם אפיל וואס די זאליס האבן אריינגעגעבן ערב שמ"ע, בין השמשות, ס'האט גארנישט מיט די בריוו פון פאריגע וואך.
איי, מ'האט דאך עס שוין דעמאלטס דיסמיסט,
גערעכט, אבער דעמאלטס האט מען עס בלויז אין איילעניש דיסמיסט, ווייל די זאליס האבן פארלאנגט אן עמורדשענסי עיקול אויפן סמך אז זיי אפילן, און יעצט איז עס געווארן אפציעל!
יעדע זאך אונעם קארט סיסטעם מוז גיין אפציעל און מיט א פרעסידשער,
בקיצור: קיין שום חדשות.
פאקטיש איז יא דא חדשות
ווייל פאקטיש האבן די זאליס געזאגט אז פארדעם איז נישטא קיין סטעי ווייל זיי זענען ווייטער בעה"ב, און די אהרונים האבן גארנישט באקומען
די אהרונים ווידעראום האט געזאגט, אז מען האט נישט באקומען קיין סטעי ווייל אויף אן ארדער קען מען קיין סטעי נישט באקומען
און פאקטיש איז נישטא קיין מינוטס ביים אפעלאט האט יעדער געקענט גלייבן און פארציילן וואס ער וויל
ביז עס איז פאקטיש יעצט ארויסגעקומען אז די אהרונים האבן געזאגט דעם אמת, און די זאליס - וואס זאל איך זאגן - זענען ווייטער זאליס
יענקעלע
ווען די גייסט אין קארט טרעפסטי דארט דרייניץ ?
רעדסטי צי עיהם דארט ?
שרייט ער אויף דיר ווי א משיגענער אדער ער האלט זיך אן אזוי ווי אויף ה"פ
אפשר טיסט די אינז מהנה זיין מיט א באריכט פין דעם הלוך ילך דארט בשעת ביידע צדדים זענען אנגעצוגען
פאר וואס האט עס גענומן אזוי לאנג ביז יעצט??
אני_יהודי חדשות אנש סאטמאר
עס איז כדאי אפצוליינען דעם אפיעלס קאורט צעטל, וואו מען זעט קלאר אז דער מאושען איז אפגעווארפן געווארן ווייל עס איז נישט אפילבאר. אן ארדער קען מען נישט אפילן, נאר א דעסיזשען!
ווער עס האט צוטריט צו די אשכולות פון חדשות אנ"ש פון נאך יו"ט וואו ווארהייט האט זיך געוואוירן אז די אפיל קאורט האט דערלאנגט א זעץ פאר די זאלונים, מיט'ן אפווארפן זייער פארלאנג פאר
א סטעי, און ווארהייט האט זיך געהאלטן ביי זיינס אז אן ארדער קען מען באמת יא אפילן אבער דער אפיל דזשאדזש קרייזמאן האט בשום אופן נישט געוואלט געבן א סטעי ווייל ראזענוואסער אזי גערעכט...
וואו איז ווארהייט יעצט?
13
דער דרייניץ, ווייסט ניטאמאל וויאזוי א קארט זעהט אויס, זיינע אלע געבעקס ווערט פראדעצירט אונעם קעלער אויף פיר און אכציג בראדוויי, אויף די אנווייזונגען פון זיין אויבערהאר דער משתמש.
152,
אפשר ווייסטו וויפיל געלט עס האט געקאסט דער אפיעל וואס די זאלונים האבן אריין געגעבן פאריגן הושענא רבא, וואס למעשה איז עס געווען ארויסגעווארפן געלט, ווייל ווי די שרייבסט אז דער מאושען איז אפגעווארפן געווארן ווייל עס איז נישט אפילבאר.
הקיצור, דער מוהל מאלען האט ענק גיט אפגעמל'עט.
יענקעלע[בילד – נישט אפגעהיט]
בקיצור, דער סקאט מאלען איז געזונטער לץ,
ער ווייס דען נישט, אזא סימפל זאך, אז אן "ארדער" קען מען נישט אפילן?
וואס דען?
פאר געלט אלעס!
דער מקוה, פארשטייט גארנישט אז דאס האט טאקע סקאט מאלען געוואלט, אז מ'זאל זאגן אז ראזענוואסערס פעפער איז גארנישט ווערט, און דאס האט טאקע אסאך געהאלפן מיט די לעגאלע דיפארטמענט פון די פאליס, ממילא, איז דאס געווען, מאני ווערי וועל ספענט, נאר וואס דען מ'קען נישט ערווארטן פון מקוה און פון די אלע חרונימלעך, וואס זענען אנגזאפט מיט די שטירמער 6-7 יאר, צו כאפן וואס דא גייט עכט פאר.
ראדני, וועגן דעם האט משה דוד נידערמאן געדארפט קאלן די פאליס יו"ט?