די שלש סעודת פונעם "קעטשאפ טשיף" ראביי ר' זלמן לייב איז נעבעך אנגעזעצט און איז פוחת והולך אז עס איז שוין באלד נישט מענטשען אז עס זאל נאך קענען ווערן וויניגער...
עס איז א ליצנות און בזיונות עצומות ווי אזוי עס קוקט אויס, ליידיג און פיסט, מען ציט יעדע וואך איין די שלש סעדות מען נעמט אראפ בענק, מען לייגט מער טישן, אבער עס העלפט א חרוסת, עס האלט יעצט די מצב אז טאמער עס וועט ווייטער אזוי אנהאלטן וועט עס האבן א סוף ווי די "הערליכע ריזיגע באטיילינגען פון טויזנטער מענשטן ביי די באטע" וואס האט געמיזט קומען צו ענדע צוליב די זעלבע בזיונות, און ר' זלמן לייב פראוועט מער נישט קיין באטע.
דאס איז אפאר פון די מעכטיגע מערכות וואס די זאלי'ס האבן אנגעהויבען צו טאן די לעצטע צוויי וואכן כדי אז דער עולם זאל רחמנות האבן אופען טשיף און קומען.
1) פאריגע וואך דערנערשטאג האט ר' נפתלי בלומענפעלד געהאלטן א דרשה אין קווינס ווי ער האט שטערנג געפאדערט אז יעדער בחור מיז גיין צו שלש סעודות.
..."איך שעם זיך צוזאגן אז עס איז נישט דא קיין 20 בחורים וואס גייען פון דא, צו וואס דארף מען א ישיבה אז אזא זאך זאל מען נישט קענען טאן פארן רב, פאר דעם דארף מען א ישיבה? איך מיין נישט ח"ו אלס חסידות צו די פארטיי איך מיין פשוט פארן רב'ס כבוד"
..."יעדער בחור וואס וועט גיין דארט וועט מען מכיר טובה זיין פאר אים, און ווער נשיט וועט מען עס געדנקען, עס אזי פון די היילגיסטע זמנים אינעם וואך דארף יעדער בחור דארט זיין ביים רב..."
האט ר' נפתלי געשטראמעט.
2) די זאליס האבן מפרסם געווען ריזיגע פאלאקאטען אין דער איד און אויף אלע גאסן, מען האט אהיים געשיקט מיט אלע קידנער צעטלען פון "ומקדשי תיראו" ווי מען בעט אז אלע קידנער זאלן קומען צום רב שלש סעדות ווי עס וועט זיין זייער שיין.
זיי האבן אנגעהויבען צו טיילן אומזינסט פאר אלע קינדער די טייערע סעפטי קארדס יעדע וואך, (וואס כידוע איז עס ביי די קינדער גאר א גרויס עסק), ווער עס זינגט העכער באקומט נאך א סעפטי קארד - נאך א פיקטשער פון א פייער לעשער טראק...
3) די זאליס האבן מבטל געווען מיט טעראר די שיעור קבוע פון די תשט"ז תורות פון מרן רביה"ר זי"ע, וואס גייט שוין אן 35 יאר כולם שוין לטובה.
טראץ די אלע זאכן העלפט עס גאר ווייניג און די מראה פון שלש סעדות איז ליצנות און בזיונות, יעדער אהרוני וואס וויל זיך מחי' זיין זאל עס גיין קוקן ער וועט שעפן רב נחת.