היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ארוינים עפענן נייע ביהמ"ד און מאנסי

ארוינים עפענן נייע ביהמ"ד און מאנסי

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1775867

אלעסאמת » 23/1/2006 05:41

היינט ביי די נאכט האט זיך עס געפענט ס'האט דארט געדאווענט און געלערנט אריבער 70 מתפללים
די בהמ"ד איז נעבען די נייע בהמ"ד חמדת ישראל

ווייסט איינער מער?

בא_ללמד » 23/1/2006 05:49

מזל טוב. אז מ'לעבט דערלעבט מען.

איז עס אויף יענעם פלאץ וואו מען האט ארגינעל געשמועסט אז ס'וועט זיין, וואו ר' חיים יושע האט געארבעט מיט אלע כוחות דערקעגן ?

אלעסאמת » 23/1/2006 05:52

יא ס'איז יענע פלאץ

איך הער אז דער בעה"ב פון דעם בילדינג איז לעצטענס אוועק ל"ע איך מיין אז וועגן דעם האט מען שוין נישט געקענט שטערן

נאר_פריילך » 23/1/2006 05:56

וועלכער בהמ"ד איז חמדת ישראל?

אלעסאמת » 23/1/2006 05:59

וואס הייסט וועלכע
ר' חיים יושע'ס נייע בהמ"ד

מבני_בניו » 23/1/2006 17:22

ווען מאכט א' חיים יושע די נעקסטע מאל א הכנסת ס"ת? איך וואלט געוואלט זען די שיינע טאנץ נאכאמאל... איך מיין אז נעכטן האט ער סאך שענער געטאנצן.

NYPD » 23/1/2006 17:28

דאס מיינט ריכטיג געלערנט טאנצן,

ער האט דאס הינדערט פראצנעט פארדינט

סימןטוב » 23/1/2006 17:39

הודו לד' כי טוב, ענדליך וועט סאטמאר האבן אן אייגענעם ביהמ"ד רחבת ידים וואו מען וועט קענען אינאיינעם פארברענגען בשבת אחים גם יחד בתורה ותפלה, און עס וועט קומען צו אן ענדע די מסירות, מלשינות, טעראר און השמצה וואס איז אומדערפאלגרייך אנגעפירט געווארן דורך דעם רב דקהל "חמדת ישראל" און זיינע שווענץ אין די לעצטע חדשים, מיט די אקטיווע הילף פון זיין באליבטן שוואגער תלמידו הנאמן פון מרן זשיגאן זי"ע, דער אלעמען-באקאנטער בעל "נועם המדות" ונשיא "הנהגת התורה" און זיינע טעראריסטן.

באראש » 23/1/2006 20:09

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

לולא_תורתך » 24/1/2006 00:38

זעט אויס אז מאנסי איז די איינציגסטע פלאץ וואו די אהרונים האבן א טראפ שכל, זיי פעיסן די פעקט און טראגן זיך אפ.
זאלן זיי זיך גיין געזונטערהייט, און טאקע ווי שנעלער.
ווער עס איז נישט געווען ביי די חנוכת הבית פון די סאטמארע שול אין מאנסי, לא ראה שמחה מימיו !

NYPD » 24/1/2006 00:44

לולא די וועסט זיין ספרייזט,

די מוסדות וועלן מיר נאך האבן

אלעסאמת » 24/1/2006 03:42

באקומן און אישי פון תושבמאנסי

ווי איז די בית המדרש? מען זעט עס פין אינדרויסן אדער איז עס א אינעווייניגע פליגל?

פליז לייג עס ארויף אין די אשכול פין "ארוינים עפענן נייע ביהמ"ד און מאנסי "

א דאנק

אלעסאמת » 24/1/2006 03:46

איך האב היינט גהערט אז ביז דער ווייל איז נאר איין בילדינג אויפן און נאר פאר מנחה מעריב און פאר לענען און עפשר שבת מען האפט שנעל צו ענדיגען איבער בויען די אנדערע בילדינג און זיך גהעריג אריין גיין


911zalis » 27/1/2006 09:47

מען גייט שוין דאווענען אין ביידע דעם שבת?

שלום_משה » 27/1/2006 18:16

ווי איז די ביהמ"ד????

כ'האב עס געזיכט כ'האב עס געוואלט גיין באזיכען

ביטע געבן א אדרעס אין דירעקשענס, ווי אזוי מען קימט דארט אן פין ביהמ"ד "חמדת ישראל" {סאטמער} תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 18:33:41

תושבמאנסי » 27/1/2006 19:10

גייט מען דאווענען די וואך דארט צי אלע פארען אויף ווילאמסבורג צים שבת התוועדות?

אלעסאמת » 27/1/2006 19:30

ניין די שבת גייט מען נאך נישט דארט דאווענען מען האפט אויף נעקסטע שבת אי"ה עס איז אויף 13 monsey blv

אלעסאמת » 2/2/2006 21:44

איך הער אז די וואך גייט מען אי"ה שוין דאווענן דארט. און עס וועט זיין א גרויסע קידיש נאכן דאווענען

ווייסט איינער מער?

בא_ללמד » 2/2/2006 22:43

די אהרונים גייען דארט אויפנעמען א רב?

משהוואלף » 3/2/2006 01:33

יא, די וואך שבת פרשת בא גייט מען שוין בשעטומ"צ שוין דאווענען אינעם נייעם בית המדרש,
וואס עס איז בידערווייל אין איינע פין די זייטיגע שטיבלעך, צוליב דעם וואס מ'האלט נאך אינמיטען בויען די געהעריגע גרויסע ביהמ"ד.

אויך וועט פארקומען א גרויסען קידוש דארט, וואס איינע פין די חשובע מתפללים מו"ה משה דוד וויינגארטען נ"י
ב"ר יצחק פין וויליאמסבורג, האט געבוירען צווילינג מיידלעך.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו
גדול יה' כבוד הבית

אלעסאמת » 5/2/2006 04:38

לויט ווי איך הער יעצט האט מען נאר געדאווענט דארט צופרי און ס'האט דארט געדאווענט א שיינער עולם