היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "טשיף" באוואשן מיט קעטשאפ און אייער!

"טשיף" באוואשן מיט קעטשאפ און אייער!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1772444

yones69 » 20/1/2006 17:22


די "טשיף ראביי" ר' זלמן לייב איז נעכטן נאכט באשפירצט געווארן
מיט באטלעך קעטשאפ און רויע אייער!
עס איז געווען א פארגעניגען צו זעהן אים באגאסען דערמיט פון קאפ ביז פיס!!!, און אנטלויפען מיט שרעקליכע בושות וחרפות.


עס האט פאסירט אויף ראטשלידש סט. ביי די נייע WEDDING EXPO MALL פון ר' דוד קאהאן ני"ו, וואס רופט אלע רבנים אין שטאט יעדן טאג א צווייטער צוליב פאבליק רילעשאנס צו קלאפן א מזוזה דעראויף, דער פלאץ געפינט זיך אונטער די ישיבה קרן התורה, ר' דוד האט אפגעמאכט מיט ר' זלמן אז ער גייט קומען 6 אזייגער און נישט שפעטער אז ווען די בחורים גייען אהיים 8 זאל ער שוין לאנג נישט זיין דארט.


ר' זלמן איז דירעקט אנגעקומען הערשט 7:30 מיט א כאפקע שלעגערס און גאסן יונגן ער איז אריין קלאפן די מזוזה, פארשטייט זיך כמנהגו האט ער באוויזן זיין גרויס עם הארצות, ווען עס האט זיך געמאכט א שאלה אויף וועלעכע זייט צו לייגן די מזוזה, און האט זיך גענומען שטאמלען און רעדן פון די שיינע פערניטשער און חתונה זאכן, ר' שמואל מלמד האט אים די לעצטע מינוט געראטעוועט, ווען ער האט געזאגט אויף וועלכער זייט מען לייגט עס.


די בחורים דערווייל האבן געדאווענט מעריב, און די מגידי שיעור האבן זיי פרובירט אויפצוהאלטען ווי לענגער אז עס זאל נישט קומען צו צוזאמטרעף, אבער ר' זלמן האט דייקא פארברענגט ווי לענגער, ר' דוד האט פרובירט צוציאיילן, אבער ער האט זיך נישט געהאלטען ביים רירן פון דארט, ווילאנג ר' דוד האט זיך אויפגעהויבען און ארויס איז ער אויך ארויס, ר' זלמן איז נאך נישט געווען פארטיג איז ער אריבער געגאנגען צו שמילאוויטש בעקעריי קעגן איבער די גאס, די מגידי שיעור האבן געמיינט אז ער איז שוין אוועק געפארן, האבן זיי אהיים געלאזט די בחורים נאך שפעטיגען באלד א האלבע שעה.


אזוי ווי די בחורים האבן אנגעהויבען אראפ צו קומען די סטעפס, זענען געשטאנען ביים טיר א באנדע קווינס שלעגערס, און פרובירט אנצוהאלטען די טיר אז די קרן התורה בחורים זאלן נישט קענען אהיים גיין, ווען מען האט זיי אוועקגעשטיפט האבן די קווינס בחורים אנגעהויבען צו שלאגן, אויך האבן זיי אנגעהויבען צו מזיק'ן די באס, עס האט אנגעהויבען צו פליען אויף זיי זאכן פון אלע פענסטערטס, און באוושען ווי סוטא די שלעגערס.


בינו לבינו האט ר' זלמן באזיכט די בעקריי ווי די גויטס האבן דעמאלס געבאקן קאפ קעיקס, ר' זלמן האט זיך אום געקוקט לכבוד די ימי השובבי"ם דארט, און הנאה געהאט ווי שיין זיי באקן די קאפ קעיקס, ער האט זיך אראפ געזעצט און טועם געווען פון די קאפ קעיק און ער האט ארום גערעדט ווי גוט אין טעם די קאפ קעיק איז, פארשטייט זיך אז יעדער האט זיך איינגעפאקט קאפ קעיקס צדה לדרך. דערנאך האט ר' זלמן ארויסשפאצירט ווען זיינע באגלייטערס שלעפען זיך יעדער מיט א בעק קאפ קעקיס.


אזוי ווי ער איז ארויסגעקומען און אריבער די גאס, ווי זיינע קווינס פרעים האבן געהאלטען אימיטען שלאגן, האט אנגעהויבען ווידער צו מאבל'ן אייער קעטשאפ וכו', און ר' זלמן איז באוואשען געווארן פון א באטל קעטשאפ און אייער עס האט גערינען פון אים פון אלע זייטן, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אזא איינעם וואס קומט דירעקט אנצודרייען און אויפצורייצען.


ר' זלמן איז אריינגעלאפען מיט די נשמה אין די האנט און קעטשאפ אויפן גוף אין די ערשטע קאר וואס ער האט דערזעהן, און נישט אין זיין קאר און אנטלאפען פון דארט בבושות וחרפות.


יעצט קומט די מעלדונג אז מען זיכט א נדבן פאר אויסצוקלינען די ר' זלמן בגדים און ברייטע קאפליטש פון די קעטשאפ און ביצים, ווער עס וויל עס מנדב זיין זאל זיך מעלדן צו ר' שמואל מלמד ני"ו.



תוקן על ידי - yones69 - 20/01/2006 17:29:20

summer00 » 20/1/2006 17:25

שלום_משה » 20/1/2006 17:31

אין קורצען די מעשה

אז די קרן בחורים האבן געווארפן קעשאפ אויף ר' זלמן לייב,

וואס די גרויסע אויפטי??
וואס פרייסט דיך דערמיט??[

עס איז א מעשה ילדות.

תוקן על ידי - כל_העולם - 20/01/2006 18:20:36

yones69 » 20/1/2006 17:32



עס איז אפשר מעשה ילדות...


אבער נישט פארוועם עס ווערט באגאסען...


כל_העולם » 20/1/2006 18:21

ראדני152:

קרן התורה בחורים באפאלן ר' דוד קאהאן נ"י


היינט איז ווידעראמאל ארויסגעקומען די פארדארבענע חינוך וואס ר' אהרן לייגט אריין אין זיינע בחורים פין די 5 עלבון התורה ישיבות.

דער סאטמארער רב שליט"א איז געגאנגען אנקלאפן מזוזות אויף די נייע WEDDING EXPO MALL וואס איז אונטער די יוניווערסיטי קרן התורה, אין די אומצעוויליזירטע בחורים האבן אראפגעווארפן א באטל קעטשאפ צילענדיג אויפן רב שליט"א אין עס איז געלונגען אויף הרה"ח הנגיד המפואר ר' דוד קאהאן נ"י.

דער באקאנטער נדיב האט צוגעזאגט אויפן פלאץ א האלב מיליון דאלאר פאר די נייע בנין הישיבה.

זיי ארבעטן שווער אז די נייע בנין פין די ישיבה גדולה זאל האבן גענוג געלט פארטיג צו ווערן שנעלער...

mechel19:

איך האב יעצט געפרעגט ר' דוד קאהו און ער לייקענט די גאנצע זאך, ער זאגט ס'איז שקר וכזב.

כל_העולם » 20/1/2006 18:22

מקוה_איד:

סטופיד!

כל_העולם » 20/1/2006 18:23

ראדני152:

יא מקוה איד סטופיד ארוינים קרן התורה בחורים

כל_העולם » 20/1/2006 18:24

בא_ללמד:

אויב איז די מעשה וואס יאנעס האט געשריבן ריכטיג, זע איך גארנישט סטופיד דא.

עס איז נארמאל אז די קווינס בחורים זאלן שלאגן, עס איז נארמאל אז קרן התורה בחורים זאלן צוריקשלאגן, עס איז אויך נארמאל אז אויב די טיר איז פארמאכט און מען קען נישט צוריקשלאגן פנים אל פנים דאן גייט עס דורכן פענסטער.

און עס איז אויך נארמאל אז ווען עמיצער שפאצירט אריין אין א מבול פון קעטשאפ און אייער, זאל ער ווערן פארשמירט...

די איינציגע זאך וואס איז נישט נארמאל איז אז רז"ל האט זיכער געוואוסט אז דארט אויבן לערנען קרן התורה בחורים, און לו יהא אז נישט האט ער זיכער געזען אז עס קומט דא פאר א שלאכט, און ער האט זיך שוין געמעגט אויסלערנען אז ווען קעטשאפ פליט ארויס פון א פענסטער און מען שטעלט זיך אונטער דעם ווערט מען שמוציג.

כל_העולם » 20/1/2006 18:25

kerry08:

איז דא עפעס א מסורה צו נוצען קעטשאפ מיט אייער ביי א מערכה?

וויאזאוי האבען זיי געוואונען דעם Bid? איבער אלע מאכלים?

yones69 » 20/1/2006 18:30



די מסורה פון אייער קומט פון בני ברק, ווען ר' זלמן האט עס געכאפט פאר יאר, ווען ער איז זיך געקומען רייצן דארט.

יענקעלע11 » 20/1/2006 18:54

ס'איז א ווילדע חי'שאפט דאס צוטוהן, איך בין זיכער אז די הנהלת הישיבה וועט קער נעמען און מברר זיין דעם אמת, צו איז דאס געווען סתם א ווילדע אקציע, צו מען האט זיך טאקע מיט זיי גערייצט.

אבער וואס עס איז אינטרעסאנט, איז, אז די זעלבע פערשוינען וואס האבן כסדר פארשוויגן או גאר אינקארעדזשט דאס וועכנטליכע געשלעג מיט די היכל און קרן התורה בחורים ביי שלש סעודות פון כ"ק רבינו שליט"א אין ראדני, מען האט זיי געשלאגן, געשפריצט וואסער וכו' וואך נאך וואך, און דאס איז געווען נישט מעלעריש, זיי האבן דאס גרינג פארדייעט און אראפ געשלינגען, און יעצט ווען אפאר בחורים האבן "איינמאל" זיך צולאזט און געטוהן מעשים אשר לא יעשו, (מעגליך נאך א פראוואקאציע), דאן איז דאס דער פארדארבענער חינוך וואס רבי אהרן לייגט אריין,

ראדני זיסער, טול קורה מבין עיניך...

אייןסאטמאר » 20/1/2006 19:14

און ווען מ' האט נאכגעשריגן ר"א לעבן צעלים, אדער אין קווינס קעמפ 3 יאר צוריק און מ' האט אפילו געווארפן שטיינער אויף אים האט אויך קיינער גארנישט געזאגט.

באראש » 20/1/2006 19:16

איך מיין אז די בי"ד מיטן ראב"ד זאלן ארויס קומען מיט אן איסור אויף קעטשאפ..

מבני_בניו » 20/1/2006 19:19

וועט מען שוין נישט קענען עסן נישט קיין פאטעיטע טשיפ און נישט קיין קעטשאפ...

מבני_בניו » 20/1/2006 19:20

אגב יענקעלע ברענגסט ארויס א גוטע פוינט, וואס א חילוק פון וואסער אין די ווייבער שול צו קעטשאפ פון די בילדינג?

אנטוערפןרב » 20/1/2006 19:38

סאיז גוט צו זען אז די אהרונים סטאפן נישט פאר גארנישט, און די רב איז גאר שולדיג פארוואס מהאט אים באווארפן...
דאנט ווארי, סוועט ענק נאך אהיימקומען, זאגטס פאר ר' אהרן ווען ער קומט אריין מוצ"ש ער זאל מיטברענגען א שירעם.

מבני_בניו » 20/1/2006 19:41

איך געדענק נאך ווען די זאליס האבן געשריגן אזוי פאריאר ווען ר' זלמן האט געכאפט קנאקעדיגע געבראטענע אייער אין בני ברק.
די רב דארף נאך האבן די שירעם פון דעמאלטס...

אנטוערפןרב » 20/1/2006 19:54

וואס מיינען ענק, סוועט נישט אמאל אהיימקומען? היינט מארגן איבערמארגן אבער סוועט אנקומען.

ראדני152 » 20/1/2006 22:37

הרה"ח הנגיד המפואר ר' דוד קאהאן נ"י זאגט פאר א ידיד זיינעם אז ער לייגט אוועק די סוט וואס איז באשפריצט מיט קעטשאפ אלץ א זכר צו די ישועה פין הצלת סאטמאר מידי ר' ארון טייטלבוים. ווען ער קוקט דאס אן דערמאנט דאס עם פין וואס השי"ת האט אונץ מציל געווען מיטן אוועקנעמען סאטמאר פין דעם מטורף מיטן גרויסן מויל אין קליינעם קאפ ר' ארון טייטלבוים!

ראדני152 » 22/1/2006 08:40

דשאוק פונעם יאר תשס"ו

די הנהלה פין די יוניווערסיטי האט געשיקט בלומען מיט בערך
200.00 $ אלץ א פיוס...

שלום_משה » 22/1/2006 19:18


איז די מעשה בכלל אמת, אדער יעדער זאגט דא נאך איין זאלי וואס האט עס געשריבען???

בכלל איך קען גיט דעם דוד קאהן, ער גיט נישט קיין 500.000 דאלער פאר ז"ל
ווייל מען האט געווארפן קעטשאפ מיט אייער

לכאורה פינקט ווי די צווייטע האלבע מעשה איז נישט אמת
איז די ערשטע האלב מעשה אויך נישט אמת

ארגינעלער » 22/1/2006 22:58

מענטשן זאגן אז ר' זלמן לייב האט זיך באקלאגט, אז א שאד ער האט נישט געהאט אביסל "פרענטש פריי", אזוי וואלט ער כאטש געקענט א טינק טאן מיט די קעטשאפ.



תוקן על ידי - wassa_dif - 23/01/2006 3:34:25

לולא_תורתך » 23/1/2006 01:59

איינער ווייסט אפשר וואס גייט פאר לעצטנס מיט די אהרונים, אז זיי האבן זיך צוריקגענומען צו שלאגן און טעראריזירן?

זיי זעען שוין דעם סוף פאר די אויגן?

הלואי.

911zalis » 23/1/2006 02:43

בחורים האבן געשריגן בערך 20 מינוט זלמן מסור הולך בערכאות טשיף ראביי

אין עס איז געווארען א צאמלויפעניש אין ליפא קרויס האט זיך גענומען כאפן בילדער האבן אים בחורים בעווארפן אין בטעות האט אביסל קעטשאף אנגערירט ר' דוד קאהאנס זוהן דאס איז געווען ,

ר' דוד איז א פארשטענדליך אידל אין ער האט אויך געזאגט ווען עטליכע מחוצפים פין צעהליםע ישיבה האבן געשריגן אויפן רב מוצאי שבת . האט ר' דוד אנגערופען בעטן מחילה ווייל עס איז פארגעקומען ביי אים אין שול ער האט געזאגט בזה הלשון:
מען קען נישט בלעמען בחורים מיט גארנישט מען קען זיך מיט זיי קיינמאל נישט אויסרעכען אין ער פארשטייט דאס ..
די זאליס וואלטן ווען געקענט ביישטיין אז ער זאל זיי געבן געלט דערפאר.......

באראש » 23/1/2006 03:01

איך הער אז ר' זלמן לייב האט אוועקגעלייגט זיין קעטשאפ הוט, און ער זאגט אז ער גייט עס טראגן צו רויזענוואסער...

א צווייטער זאגט מיר אז ר' זלמן לייב גייט זיך יעצט ריפן "קעטשפאפ" ראביי, און מער נישט טשיף ראביי...

911zalis » 23/1/2006 03:16

אין קאר האט זיךר' זלמן לייב געשעמט פין שמואל טייטלבוים וואס האט געלאכט פין די קעטשאפ וואס האט געטראפט פין זיין נאז אז אינדערהיים האט מען אויך געווארפען אויף תלמידי חכמים קעטשאפ
אין ער האט געגעבן אזא קרעכטץ איך האף עס האט געהאט א גיטע הכשר

תוקן על ידי - wassa_dif - 23/01/2006 3:36:04

כל_העולם » 23/1/2006 17:15

סעדער:

ווי איך הער איז דער מנהל דער נייפעסטער רב שליט"א אריבער געגאנגען מיט די 2 בחורים וועלכע האבן געווארפן צו ר' זלמן לייב און צו ר' דוד און זיי האבן אים שיין איבערגעבעטן און פארשטייט זיך אז דער "גוטער רב" האט גלייך מוחל געווען ושלום על ישראל

הלוואי זאלן זיך אלע פרשיות אזוי שנעל ענדיגן

מבני_בניו » 23/1/2006 17:20

אנטווערפן, וואס איז געווארן מיט די שירעם? האסט עס נאך?

yones69 » 23/1/2006 20:05



פרייטאג צופרי זענען די בחורים פון קרן התורה שאקירט געווארן ווען זיי זענען אנגעקומען פארטאגס, זענען די שלעסער געווען פארשטפט און די ווענט אנגעשפריצט מיט קעטשאפ און מיט ספרעי, מיט די ערגסטע לשונות של גנאי, וואס די קווינס בחורים האבן אפגעטאן באנאכט.


אויך האבן די קווינס בחורים געטאן דאס זעלבע פאר די געשפעט פון ר' דוד קאהן אין אים אנגעמאכט אבאך געלט שאדן.

לולא_תורתך » 24/1/2006 00:36

כל העולם, איך בין נישט באזארגט, דער גאלדמאן וועט גייט זייער שנעל אין גראס'ס כולל...
פאר קלענערע חוצפות ווי דעם האט ר' אהרן געווארפן איינגעשטעלטע.