היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עקסקלוסיוו: ארונים קויפן בנין און וומ"ס?

עקסקלוסיוו: ארונים קויפן בנין און וומ"ס?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1772436

נאר_פריילך » 20/1/2006 17:18

גענומען פן לייטנער א אידישער וועלט ווייסט איינער אויב עס איז אמת?

יא עס איז שוין א פאקט, די ארונים האבן זיך געלאזט קאסטן קרוב צו צען מיליאן דורלער אפצוקויפן א נייע ריזיגען בילדינג אין הארץ פון וויליאמסבורג.

ווייט עוועניו פון פען ביז ראטליזשט. זעקס שטאק, און א האלבן סקוועיר בלאק!

עס וועט דינען פאר זייער תלמוד תורה.


געקויפט פון מרס באדאנסקי אלמנת ר' אברהם ז"ל. דאס איז נישט אריבער פארן זון ר' שמואל דערווייל אדער פאר די איידימער. זי פלעגט זיך אפגעבן דערמיט.

דערווייל האט מען נאך נישט באפוילן פאר די דרייסיג ביזנעסער צו עוועקאירן אבער זיי צאלן שוין זייער חודשליכע רענט פאר סאטמאר און נישט פאר באדאנסקי.

אלעסאמת » 20/1/2006 17:43

איז דא א וועב סייט ווי מ'קען זען פאר וועם א בילדינג באלאנגט???

NYPD » 20/1/2006 17:56

ילכו מחיל אל חיל, עלו והצליחו

בא_ללמד » 20/1/2006 17:58

הלואי.

אנטוערפןרב » 20/1/2006 19:39

יעצט איינמאל בין איך מסכים, הלואי!
ר' שאול האט שוין געזאגט פאר דריי יאר צוריק אז ענק זאלן זיך געזונטערהייט אפטראגן פון דא!

מבני_בניו » 20/1/2006 19:43

פריי דיך נאכנישט, מהאט עס נאר געקויפט פאר אינוועסטמענט און הכנסה פאר קהל. די בילדינגס וועל מיר אונז נוצן אונזערע בילדינגס, ויואל משה, עטרת יואל, ברכה סימא, און אלע אנדערע.

13Hooper » 20/1/2006 20:34

עס איז נישט אמת די גאנצע מעשה, עס איז טאקע געווארען פארקויפט פאר פרייוועט, אבער נישט פאר מוסדות התורה פין ר אהרן

העלפ_פליז » 22/1/2006 23:20

UTA אדער CONG.YETEV LEV

911zalis » 24/1/2006 09:24

די בנין איז אין קאנטרעקט מיטן סגן ראש הקהל דקהל יטב לב הרבני הנגיד המפואר הר"ר יצחק ראזענבערג שליט"א אבער איך ווייס נישט צו עס איז פריוואט פאר אים אדער פאר די מוסדות

עכטע_נייעס » 28/4/2006 07:49

מ'שמוסט יעצט אז מ'האט עס יעצט אפגעקויפט איז דאס יעצט יא אמת אדער נישט????

חיים_יושע » 28/4/2006 08:02

אז ס'ליגט אין די הענט פון ר' יצחק איז שוין גיט