היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » המבייש פני חבירו ברבים...

המבייש פני חבירו ברבים...

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1771845

כורמיזא » 20/1/2006 09:19

אפאר טאג צוריק האט איינער ארויף געלייגט אהער א בילד פון א איד א שומר תורה ומצוות אויף א געוויסע ליצנות אופן, די מנהלים פון דא האבען דאס אפגעמעקט בערך א טאג שפעטער, היינט צוטאג איז דא טויזנטע קאפיס דערפון, (מ'האלט מיר אין איין שיקען אין מיין אי-מעיל דער בילד).

דערמיט וויל איך מעורר זיין אז לעתיד זאל מען טראכטן פאר מ'קליקט דעם "שלח הודעה" צו די הודעה איז אויסגעהאלטן.

בןמלך » 20/1/2006 18:01

אין מיינע אויגן איז עס געווען פשוט בבחינת ליצנותא דע"ז.

RODNEY » 20/1/2006 18:40

דער שומר תורה ומצות מאכט פון אונזערע קינדער א חורבן.

לעתיד וואלט ער אויך געדארפט טראכטן וואס ער טוט.

מאה_אחוז » 20/1/2006 19:29

ביי שלש-סעודות די וואך, ער איך ווי די מברך זאגט הויך, רבותי מיר ווילן...

א צאל בחורים און אינגעלייט קאטשען זיך פאר געלעכטער, און זינגן הונטער, רבותי... מיר...

מיט נאך אזוינע בית-כסא בילדר וועט מען אים מסדר זיין כהלכה..

באבי_צירל » 20/1/2006 20:46

כורמיזא האט נאר געוואלט מעורר זיין, נישט אז מען זאל מאכן ליצנות

בןמלך » 23/1/2006 18:00

תיקון הלשון, וזה לשון המשנה:
"המלבין" פני חבירו ברבים, אין לו וכו'
וזה לשון הגמרא:
מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל "ילבין" פני וכו'

נבוכדנאצר » 23/1/2006 22:11

ביי אזא פארשוין וואס איז אינו עושה מעשה עמך איז נישטא קיין איסור פון לה"ר

כ'זאג נישט אז ס'איז א מצוה

ס'איז ויגזול את החנית מיד המצרי, הוא בא עלינו בליצנות מכל הקדוש האט איינער געמאכט ליצנות פון איהם

על דאטפת

באבי_צירל » 24/1/2006 01:54

נבוכדנצר: כשמך כן הוא!

ווער האט דיר ממנה געווען צי מאכן א חילוק אז פין עם מעג מען יא חוזק מאכן צי נישט, סאיז די אייבישטערס דאגה נישט דיינס,
די חפץ חיים האט נישט געמאכט א חילוק אזוי צי אזוי, כולא עלמא לא פליג אז לה"ר טאר מען נישט רעדן אויף קיינעם

בןמלך » 24/1/2006 03:36

אבער אביסל ליצנותא דע"ז קען אים גאנץ גוט צונוצקומען, דעם לץ וואס מאכט חוזק פון אלעם הייליג, און שטעכט אריין א מעסער )אפילו אויב דאס איז אפשר נישט זיין כוונה( אין די חינוך פון אונזערע הייליגע שעפעלעך.

שלמההמלך » 24/1/2006 07:37

באבע צירל,

מ'זעהט אז די האסט נישט געלערנט קיין חפץ חיים, ווייל ער מאכט שוין גאר א גרויסן חילוק, נאך מער, ער זאגט אז ס'איז דא אזעלעכע וואס ס'איז א מצוה אויף זיי צו רעדן לשון הרע, וזה לשונו "מצוה לגנותם ולבזותם בין בפניהם ובין שלא בפניהם"

ביי דע וועי, פון וועם איז געווען די פיקטשער?

נבוכדנאצר » 24/1/2006 17:03

<P>באבעלע,</P> <P>זעהט אויס אז אין אייערע צייטן זענען די פרויען נאך נישט געווען בקי אין הלכות לאשאן הארא ווי די היינטיגע דרייצן יעהריגע מיידעלעך</P> <P>מיילע א חפץ חיים האסטו פארזעהן, אבער וואס איז מיט א משנה ברורה?</P>
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 17:04

לרווחא דמילתא - עטליכע שטיקער חפץ חיים
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 17:04

<BR>
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 17:05

<BR>
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 17:06

נאך איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

באבי_צירל » 24/1/2006 17:46

i dont have hebrew on this computer

but wiche picture are you talking about?

כורמיזא » 24/1/2006 17:49

נבוכדנצר, איז וועלכע עבירה האט ער געטוהן???[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:15

די עבירות וועלכע שטייען אין ספר שמירת הלשון ח"א פי"ג


[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:22

מכתבים ותקנות מכתב ב' (כ'האב נישט דעם ספר דא קען איך נישט סקענען):

להתרחק מליצנות ומעיתונים:

הנה רבים שאלוני, הרי אנו מאמינים בה' ובהשגחתו הפרטית ושהוא עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, וכל הסיבות והמאורעות המתהווים בעולם המה מה', וכדכתיב בקרא (עמוס ג') אם יתקע שופר בעיר וגו' אם תהיה רעה בעיר וה' לא עשה. ואם כן מה זאת עשה אלקים לנו, הלא בימנו אלה נתרבו סיבות ומאורעות נוראות שלא נשמעו כמותן מעולם, ובודאי צדיק ה' בכל דרכיו ולא חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא, ואם כן נחקורה בשל מי הרעות הללו עלינו, הלא כלל ישראל טובע בים של צרות ומצוקות, חסרון הפרנסה נורא למאוד:

אמנם כאשר נתבונן היטב ונעמיק בדברי חז"ל, נמצא את הסיבות שגרמו לנו את כל הצרות והמצוקות שאנו סובלים, ואביא כאן רק מאמרים אחדים שהם לבדם מראים לנו בעליל שבדין באות עלינו כל הצרות:

איתא בחז"ל (עבודה זרה י"ח) אמר ר' אליעזר כל המתלוצץ יסורים באים עליו, שנאמר (ישעיה כ"ח), ועתה אל תתלוצצו פן יחזקו מוסריכם (פי' יסוריכם). ורב קטינא אמר מזונותיו מתמעטין, שנאמר (הושע ו'), משך יד את לוצצים, ופרש"י - הקב"ה שהוא הפותח יד לזון את הכל מושכה מן הלוצצים. ור' תנחום בר חניאלי אומר שגורם כליה לעולם, שנאמר (ישעיה כ"ח) ועתה אל תתלוצצו וגו' כי כלה ונחרצה שמעתי. ור' אלעזר אמר תחילתו יסורים וסופו כליה. הרי חזינן כמה גדול כח הליצנות שמלבד עונשו הנורא של האדם לעולם הבא, הרי כל העונשין המה בעולם הזה, שהמה בודאי רק התחלה לעונשי עולם הבא:

והנה בעונותינו הרבים המציא היצר הרע שהוא השטן תחבולה חדשה להחטיא את אחינו בני ישראל בעון של ליצנות ולגרום הסתלקות ההשפעה מהעולם והיא על ידי קריאת העתונים שנתרבו מאוד בזמנינו שנמצא בהם דברי ליצנות ולשון הרע ורכילות ומחלוקת ודברי כפירה ומינות. ואם לא היו נמצאים קוראים ומקבלים כל כך לזה כי אז לא הדפיסו אותם. ודבר זה נעלם מכל, שכולם יהיו נתבעים על זה לדין, בבואם ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, הן המדפיסים והן המוכרים והן הקוראים אותם. וענין זה נעשה להרבה מאחינו בני ישראל דבר הכרחי למאוד עד שאי אפשר להם להיות יום אחד בלא עתון וכמה שעות מבלים על קריאתם:

ועוד שמעתי שערוריה נוראה, שימי השבתות והמועדים שנקבעו להיות ימי מקרא קודש להרבות בהם תורה ויראה, כדכתיב זכור את יום השבת לקדשו, נהפך בעונותינו הרבים שגבר השטן והנהיג שבכל ערב שבת קודש ויום טוב מדפיסים אותם כפלים מימות החול, והעורכים משתדלים אחרי כל מיני ליצנות ושחוק וניבול פה ומדפיסים אותם בגליונות של ערב שבת קודש וערב יום טוב, והרבה מאחינו בני ישראל מבלים את כל יום השבת הקדוש בקריאת ענינים כאלו. אוי לאזנים שכך שומעות ואוי לעינים שכך רואות, מה שנעשה בעונותינו הרבים שמזלזלים כל כך בקדושת השבת והחגים, שאפילו בחול אסורים לקרות בהם משום מושב ליצים, ועונש הליצנות גדול למאוד כנ"ל:

ועונש זה נאמר גם על המדפיסים והעורכים, שאפילו מי ששומע דברים כאלו ושותק אמרו חז"ל שעליו נאמר זעום ה' יפול שם, וכל שכן מי שהביא לכמה אלפי אנשים לכלל זה, והם חוטאים ומחטיאים את הרבים שאין מספיקין בידם לעשות תשובה:

ופליאה גדולה לי על הכשרים שבאחינו בני ישראל המאמינים בה' ותורתו ויודעים את חומרת העון, שגם בהם נמצאים הרבה שנכשלים בזה ומתפתים אחרי דברי היצר ומבלים כמה שעות ביום על זה, הלא הם יודעים את חומר העון מדוע אינם שמים על לב את גודל העון של ביטול תורה וגם העון המר של ליצנות:

ולא עוד אלא שיהיו נתפשים בעון הרבים, דההמון הפשוט בראותו שגם הכשרים לוקחים חלק בקריאת העתונים, ממילא מתירים גם לעצמם, נמצא שהם גורמים להם לחטא זה, ולולי שהיו קוראים בם כי אז חדלו גם הרבה מההמון לקרותם:

ועוד גדולה תמיהתי עליהם הלא בעצמם מפילים תחנונים ובקשות לפני הקב"ה בכל יום שישלח לנו את אליהו הנביא ומשיח צדקנו, באיזה פנים הם מבקשים בקשות כאלו, האם יוכלו לקבל פני אליהו בשעה שהמה עסוקים בשחוק וליצנות ודברים בטלים, הזאת היא ההכנה שהמה מכינים את עצמם לביאתם, הלא בושה וכלימה תכסה פניהם כשימצאם אליהו הנביא במצב כזה:

והנה לבד המכשלה הגדולה הזאת, נתבונן כמה ביטול תורה יש בענין זה משום דבאותה שעה שהוא קורא את העיתונים הרי היה בידו ללמוד תורה ולקרות בספרים המעוררים את האדם לתורה ויראה, והדבר הזה הוא לא ביום אחד או יומים, אלא הדבר הזה חוזר ונשנה בכל יום ויום, וחלק גדול מחיי האדם הולך אצלו לבטלה על קריאת העתונים המלאים שחוק וליצנות וניבול פה וכפירה:

ואם יטען הטוען, הלא גם לפנים היו עתונים ומה יום מיומים, אענהו, אמת הדבר, אבל לפנים היו כל העתונים בלשון הקודש ולא היו מצויים כל כך הקוראים, וגם לא היו בהם דברי ליצנות וניבול פה כל כך כאשר בימינו אלה, מה שאין כן בזמננו שהעתונים נדפסים בשפה המדוברת וקטן וגדול ונער וזקן יכולים לקרותם רבה המכשלה מאוד, והיא היא הסיבה שנתמעטה ההשפעה העליונה מאתנו ועל ידה באות עלינו כל הצרות והמצוקות הקורות אותנו:

ומה נואלו אותם האנשים המבקשים סגולות ותחבולות לפרנסה, הרי יש להם עצה ותחבולה לפרנסה בזה שיזהרו מליצנות וכדומה הגורמים לחסרון פרנסה:

על כן אחי ורעי, הרוצה להנצל מהעונש הקשה של העון המר הזה יתרחק בכל היכולת מלקרות בעיתונים כאלו שנמצאים בהם דברי ליצנות וניבול פה וכפירה, וכל זה אפילו בחול אסור, וביותר יזהרו בזה בשבתות ובמועדים שאותם הימים נקראים ימי מקרא קודש, ובשכר זה יתן לו ה' השפעה והצלחה במעשה ידיו, ויזכה לכל טוב בזה ובבא:

 

**

 

און פאר מעשיות ליב-האבער האב איך אפגעטייפט די מעשה פון א צעטל וואס האט געהאנגען אין שוהלן אין מאנסי דוכט זיך נישט לאנג צוריק

 

סיפר הג"ר יעקב משה שורקין זצ"ל, תלמיד החפץ חיים, לבנו הג"ר מיכל זלמן: פעם כששהה החפץ חיים במקום נופש, ניגש אצלו יהודי איכר. החפץ חיים נתן לו שלום ושאל אותו בסבר פנים, מה רצונך? אמר לו, רבי, כל היום אני עובד אצל בעל אחוזה, שהוא גוי רשע, והוא מצער אותי כל היום, ואיני יכול לסבול יותר את הצער. שאל אותו החפץ חיים, ובכן, מה רצונך שאעשה? אמר לו, הרבי יקלל את הגוי, ועל ידי קללתו של הרבי ימות. מיד כאילו נתקרוו פני החפץ חיים, ואמר: איך שעלט קיינעם נישט! וסיים ר' יעקב משה, אותו חפץ חיים שלא קילל גוי שירד לחיי יהודי, בשעה שאמרו לו שיהודי אחד בווארשא יש לו חנות ספרים, ומוכר ספרי מינות וכפירה, כל פעם שהזכירו היה אומר עליו ימח שמו וזכרו. (עיין בספרו "מגד גבעות עולם" עמוד ע"ו).

 

**

 

לענינינו. די באבע וועלכע זאגט "אז די חפץ חיים האט נישט געמאכט קיין חילוק" האב גערעדט פון חסרון ידיעה, דער חפץ חים האט שוין איינמאל געמאכט א חילוק, דער וואס איז בקי אין די ספרי חפץ חיים ווייסט ווי עס האט איהם געבלוטיגט די אלע חברה, בימיו זענען געווען אסאך קאמאדיער און ליצנים וועלכע האבן קאליע געמאכט עד לעפר אידישקייט אין רוסלאנד, נעם ארייין אין די האנט איינער פון די "כל כתבי חפץ חיים" בענדער און נאכעדם וועל איך הערן וואס די באבע האט צו דערציילן..

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:26

כ'האב פרובירט נאכמאל מיט די בילדער, עס גייט נישט

אפשר שפעטער

בכלל מאכט מיר דער נייער תגובה בלעטל אסאך פראבלעמען כ'האב א צייט נישט געקענט פטור ווערן פון דעם "הדף בטעינה" מעסעדזש און ס'האט מיר נישט גארנישט געלאזט פאוסטן

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 24/01/2006 22:26:12

שלמההמלך » 24/1/2006 22:39

פטור ווערן פון דעם "הדף בטעינה" דריק די סטאפ באטן, אדער די Esc.

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:44

כ'פרוביר שלמה'ס עצה, לאמיר זעהן
און כ'פרוביר אויך מיט א בילד
נו.. תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 24/01/2006 22:48:40
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:46

בראווא! איך האב פריער פרובירט א גאנצע צייט צו דרוקן די Stop אבער עס האט נישט געהאלפן, כ'האב נישט געטראכט פון די Escape דער עיקר אז עס גייט

אבער מיט די בילדער ווייס איך נישט וואס איז געשעהן

נבוכדנאצר » 24/1/2006 22:54

כ'פרוביר מיט אן אנדערן פארמאט


[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 25/1/2006 09:18

נבוכדנצר, איך האב נישט קיין צייט צו ליינען די לאנגע תגובות.
זאג מיר בקיצור נמרץ, דו ביזט מסכים צו נעמען די "מצוה" אויף דיר (מיט די שכר ועונשים)? י/נ (יא/ניין)

זיידיאנטשי » 25/1/2006 17:43

א באנדע משוגעים... סגעפעלט דיר נישט ווי יענער זינגט? קויף נישט, הער נישט און פארטיג, קיינער צווינגט דיך נישט, אבער מאכן א מצוה פון אטאקירן יענעם פערזענליך? כך היא דרכו של יצר אז ער קען נעמען די גרעסטע עבירה און דאס אריינשלייערן אונטערן מאנטל פון א מצוה און אפשר אפילו א חוב קדוש

נבוכדנאצר » 25/1/2006 17:46

איך האב נישט געזאגט אז עס איז מצוה, אבער אן עבירה צו ליצנות פון א ליצן - איז זיכער נישטא, אויב האסטו נישט קיין צייט צו לערנען וועסטו בלייבן אן עם הארץ, יענער גוי האט געזאגט פאר הלל תלמדני כל התורה כולה על רגל אחת האט ער טאקע געזאגט ואהבת לרעך אבער ואידך פירושא - זיל גמור! גיי לערן! און פאר די אלע "קנאים" - אויב דער חפץ חים זאגט אז מען טאר נישט רעדן לשון הרע - ביסטו מסכים; אבער ווען ער זאגט אז עס איז מצוה צו רעדן כדי מען זאל נישט אריינגעכאפט ווערן - קומטסו מיט סאטמערע קנאות? היפאקריזם איז ווייניג געזאגט אט פרוביר איך דורך אן אנדערן Broser צו אריינליגן דריי בלעטער פון שמירת הלשון
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 25/1/2006 17:56

דאס לעצטע מאל...
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 26/1/2006 00:31

מיר דוכט זיך אז יעצט ארבעט עס, לאמיר אויסשיסן דעם לעצטן קויל...
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 26/1/2006 00:58

פארפאלן.. עס ארבעט נישט, כ'וועל פרובירן אין עטליכע טעג אולי ירחם
אבער וואס זאגסו "קויף נישט" "הער נישט" "פארפיר נישט", דו רעדסט ווי - זיי מיר מוחל - א נאר, איך הער טאקע נישט, אבער מיינע קינדער הערן יא, צי איך וויל צי איך וויל נישט, ער גייט אריין בגדר איינער וועלכער מאכט קאליע אידישע שטובער
מיר שטייען אלע אויף דער וואך אז עס זאל נישט אריינדרינגען די מינדעסטע השפעה פון די טמא'נע גאס (צי דו ביזט מסכים צום אויסדרוק צי ניין איז עס אמת), קומט מיר א קליפה אין שטוב אריין, און ברענגט אריין פארשלייערט אין א חסידישע טעיפ Jazz, מיט כ'ווייס נאך וואס
די מציאות איז אז עס דערנענטערט די יוגנט צו די גאס, והיינו טעמא דליפא, והיינו טעמא דנחמן
וואס, נישטא גענוג נארמאלע טעיפס?
דער חפץ חיים שרייבט אז אזא איינער וואס לאזט זיך נישט הערן איז מצוה להכלימו, איך האב איהם נישט פארשעמט, אבער איך פריי זיך אז מען טוט די ארבעט פאר מיר... כאטש די יעניגע קענען האבן גאנץ אנדערע כוונות
למעשה רוב פרומער עולם טרייבט ארויס זיינע טעיפס פון שטוב, איך בין אמאל געווען מיט איהם א שבת ערגעץ, וואס דארט האט זיך אפגעטון וויל איך נישט ארויסשרייבן, אנשים ונשים געלאכט אויפן קול געגעסן אהן א מחיצה א צוויי צענדליג משפחות וואס איז איסור גמור מן הדין - ס'איז געווען בדחנות מיט מוזיק, נישטא קיין שום היתר עפ"י תורה, דערווייל וויל איך היטן די תורה הקדושה, און איך וויל מחנך זיין מיינע קינדער אויפן זעלבן וועג, כ'מיין אז אין די לעצטע פאר טויזנט יאהר זענען מיר נישט'קשה'דיג אויסגעקומען מיט איהר
כ'מיין אז דו ביזט מסכים

הצלה2006 » 26/1/2006 01:43

 נבוכדנאצר, אויב ביסטו אזוי ערליך ווי מען זעיט פון דיינע ווערטער, דאן וואס זוכסטו  דא,
 גיי זעץ זיך צום גמרא, די ווייסט זיכער אז ביטול תורה איז אויך אן עבירה,
 פארוואס איז דא מענטשן וואס זיכן אלץ צו טרעפן עבירה'ס ביי יענעם, קשוט עצמך, אין נאר נאכדעים, אויב וועסט אמאל צי קומן צו דעים, וועסטו קענען פארעכטן יענעם.
 חוץ פין דעים, זעי איך נישט אין די טעיפ אז ס'זאל זיין אזוי שלעכט, די אינטערנעט איז זיכער ערגער פון דעים, נאכדערצו אויב האסט עס אינדערהיים, אין אפילו אויב האסטו עס אין ארבעט, אויב טיסטו עס אין די צייט פון ארבעט, אין די ארבעטס ביי יענעם,  ביסטו סתם א גנב, אין אז די ביסט דיין אייגענעם בעל הבית, האסטו דעים עוון החמור פין ביטול תורה, איז וואס ווילסטו, זיין א צדיק אויף יענעם'ס חשבון, זייער שיין פון דיר, גיי לעיב זיך דיין לעבן, אין לאז יענעם לעבן.
 ווען די זאגסט אז ער מאכט זיך משוגע צופיל, קען איך נאך פארשטיין, אבער געבן אן איסר ווייל דיר געפעלט אזוי? 
נבוכדנאצר, גיי האב הנאה פון דיין לעיבן, איך מיין נישט נאר דיר, איך מיין אויך מיך.
                                                                                    ביי ביי
 

תוקן על ידי - הצלה2006 - 26/01/2006 1:47:47

findodort » 26/1/2006 02:36

די חפץ חיים רעדט ווען איינער איז עובר אן עבירה.

עס שמעקט מיר אויך נישט זיין סטייל נגינה, ווייל איך בין ציגעווינט צי די סארט וואס מיין זיידע האט געזינגען, אין אזוי האבן אויך געזינגען די גוים פון יענע מדינה (סאלא קאקש איז נישט ראק-ענד-ראל). פאר די ספרדים למשל גרוילט צי הערן מיין סטייל.  אויב מיין זון זאל זיך פארליבן אין פאר-איסט סארט נגינה דארפ איך עס נישט נעמען צים הארץ.

איך בין מודה אז דאס גיין זוכן גליקן אין א פרעמדע קאלטאר קימט געוונדלך פון פילן ליידיק אין אים ציפרידן ביי זיך, און מיינען אז די גראז איז גרינער אויף די אנדערע זייט. בכלל האט ער נישט געקענט האבן א היימישע רעבן וואס זאל אים אויסלערנען די גאנג. (אין איך וויל עם נישט חושד זיין אז ער האט אויך געהאט א רעבצען זיך צוצוהערען)

די הויפט סכנה וואס איך זעע מיט עם איז, דאס וואס די יאגענעט מאכט פון אים אין פון זיינס גלייכן א STAR.
 און די אסורים וואס מעגעט ארויס הייבט עם נאר אלס מיים גנובים, ווען מעזאל ווען זונגען אוף די שטייגער ביים סקווערע טיש איז ער אויס יחסן. (ביז ער וועט זיך נעמען זינגען די סקלענע כי לה' )

פין מיין שטנטפאנקט קוקט אויס די סארט נגינה ווילד און צולאזט, אבער דאס קען זיין איז נאר מיין פראסעפשן, ווייל איך האב עס אייביק נאר געהערט קומען פון א רויטע ספארטס קאר וואס האט געמאכט א שארטצסטאפ.

ווידער זיין ליריקס בין איך נישט אזוי באקאנט  אויב דאס איז ליצנות מכל הקדוש לנו, אפשר וועט איינער ברענגן א  ביישפיל.

תוקן על ידי - findodort - 26/01/2006 2:58:30

באבי_צירל » 26/1/2006 05:44

לאמיר טרייען ארויפצילייגען א פיקטשער וואס מיין חבר האט געמאכט לכבוד ליפא


[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 26/1/2006 05:54

ביי געשמאקע ידען האט מען נישט א ביגער דען לייוו פרעסאנא נאר ווייל מעהאט זוך אנגעהערט מיט אסך ספאנישע מאזיק.

קוק נאר ווי נעבעכדיק די קליינע נאכשלעפערס קוקען אויס

תוקן על ידי - findodort - 26/01/2006 5:54:57

כורמיזא » 26/1/2006 09:23

נבוכדנצר, איך האלט מיט רוב זאכען ווי די שרייבסט דא, (ביי מיר אין שטוב הערט מען נישט זיינע טעיפס  חוץ לעילא ולעילא), איך האלט אבער נישט אז ער גייט אריין אין די גדר פון א בעל-עבירה וואס מ'מעג מבייש זיין ברבים.

נבוכדנאצר » 26/1/2006 18:29

כ'האב נישט געשריבן אז ליפא איז א בעל עבירה, כ'האב געשריבן אז ער איז א ליצן, און כ'האב פרובירט ברענגען דריי בלעטער פון שמירת הלשון וואס דער חפץ חיים שרייבט איבער ליצנים

בימים ההם אין רוסלאנד איז געווען דער ענין פון קאמאדיע, בערך וואס ליפא טוט, נישט ליצנות אויפן פרעכן אופן, נאר אויפן נבל ברשות התורה אופן, "רבותי מיר ווילן בענטשן" "א כפרה" וכו' וכו' וואס ב"ה איך ווייס נישט

כ'בין געווען אפאר וואכן צוריק מיט מיין קאר אין א באדי שאפ, כ'בין אריין אינווייניג הער איך די ספאנישע מוזיק זייער זייער "באקאנט", ס'איז געווען די אלע סארט ניגונים וואס די חברה האבן אריינגעברענגט ביי אונז

די אלטע אויסגעדראשענע טענה פון קאלובער סאל א קאקאש וכו' איז נאריש ווייל בימים ההם האבן אידן נישט געלעבט מיט די גויים האנט ביי האנט ווי היינט, ממילא האבן די פרומסטו שטובער גערעדט אונגאריש און אפילו געזונגען זייערע לידער

היינט ווען די אידן וואוינען אזוי נאהנט מיט די גויים איז יעדע זאך וואס איז מקרב את הלב צו זיי איז א סכנה עצומה פאר די יוגנט והיינו טעמא דליפא והיינו טעמא דאידיש וואס לעצטנס איז געווארן א עסק אז "ענגליש" איז טריפה, ס'איז אין א געוויסן זין ערגער ווי אמאל נישט ווייל ענגליש איז מער טריפה ווי פויליש אונגאריש רוסיש ספאניש נאר ווייל מען מוז אויף עפעס אן אופן אפטיילן די קינדער פון די גויאישע גאס

איך פרוביר נאכמאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

זיידיאנטשי » 26/1/2006 19:00

כהאב מיר נאך האלבוועגס איינגערעדט אז די רעדסט דברים של טעם, ביז די ביסט געקומען מיט "היינו טעמא דאידיש" אגב, אפשר קען מיר אייער מסביר זיין וויאזוי פונקטליך איז ליפא א ליצן? וויאזוי מאכט ער ליצנות פון אידישקייט? וויאזוי ווערט מען א נבל ברשות התורה דורך זינגען "רבותי" און "א כפרה"? לשיטתך איז אברהם פריד א ליצן ווייל ער זינגט "מי מה"... שוועקי א נבל ווייל ער זינגט "בן בג בג".. און אפשר מרדכי בן דוד א חב"דסקער ווייל ער זינגט "משיח"... (אנטשולדיגט, כהאב מורא אז כבין יעצט אפיציעל געווארן א לץ און א נבל ברשות התורה ר"ל)

זיידיאנטשי » 26/1/2006 19:04

שוב ראיתי, וואס מיינט ליצנות פון די תורה: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1779853 (צווייטע תגובה)

נבוכדנאצר » 26/1/2006 19:59

קודם באפאלט מיר א באבע, נאכדעם אטאקירט מיר א זיידע,

איהר זענט ביידע גערעכט

נבוכדנאצר » 26/1/2006 20:19

אגב זיידעלע, דאס וואס כ'האב געשריבן ועגן אידיש, האב איך געזעהן לא עלינו ולא עליכם אין איינע פון די לעצטע Hamodia צייטונגען, דוכט זיך די daily זיי האבן גערופן אידיש The language of the diaspora זיי שרייבן אז עס איז געווארן א ערוועקונג ביים פרומען עולם פאר Yiddish זייער אסאך נישט חסידישע שיקן קינדער אין Yiddish Speaking קענסט האבן טענות אויך אויף זיי

כ'האב אמאל געפרעגט א משפחה מיינער פארוואס ער שיקט אין ווין און צי אידיש שטערט אים נישט זאגט ער שטערן?! איך האב געלערנט אין תורה ודעת אויף אידיש איך רעד טאקע ענגליש אבער אידיש איז א אידישע סימבאל

סתם רעדן און רעדן בלי טעם - איז נישט

נבל ברשות התורה איז א זאך אויף וואס מען קען נישט אנצייגן אז עס איז אסור אבער עס איז מער ווי איסור, נאכדערצו זאכן וועלכע ברעכן אונטער דעם גאנצן חינוך

אויב איינער שערט די בארד איז ער ביי דיר א צדיק אדער א צדיק'ל? וואו איז דער איסור צו שערן די בארד? וואו איז דער איסור צו גיין מיט א "קליין" קאפל? און פאות מיט ציצית דארף מען סתם אזוי נישט האבן, איך מוז נישט טון אלע "ענינים" פון דעם רבי'ן און יענעם צדיק, איך רעד שוין נישט אז חלב עכו"ם און בישול עכו"ם זענען שוין עבר ושנה מיט א היתר פון טאקע גרויסע גדולי הרבנים,

גיי דיר ווייטער דיין וועג, וועלן מיר זעהן ווער עס וועט געווינען די Race

דער מהר"ם שיק האט נישט געגעסן קניידלעך פסח, מען האט איהם געפרעגט, ס'טייטשט! דער רבי דער הייליגער חתם סופר האט געגעסן, פארוואס עסטו נישט? זאגט ער, דער רבי האט טאקע געגעסן, איך קוק זיך אבער ווער עס עסט היינט יא, און ווער נישט, דאס מאכט מיר באשלוסן

findodort » 27/1/2006 01:45

די אלטע אויסגעדראשענע טענה פון קאלובער סאל א קאקאש וכו' איז נאריש ווייל בימים ההם האבן אידן נישט גלעבט מיט די גויים האנט ביי האנט ווי היינט, ממילא האבן די פרומסטו שטובער גערעדט אונגאריש און אפילו געזונגען זייערע לידער

איך האב בכלל נישט גערעד פון זינגען לידער פון די גויים, (דאס קען נאר א צדיק מחליט זיין, אין איז אפשר העכערע זאכן) איך האב געשריבן אז די סטייל פין די לידער איז געווען שטארק ענדליך ווי די פין די גויים, אין א באוואז פין סאלא קאקש וואס איז און שורש א גויאישער טאן, אין איז נישט קיין ד'שעס (איך קען נישט קיין אנדערע גויאישע נגינים פון דערהיים. סארי)

די סברה וואס די שרייבסט אז בימים ההם האבן אידן אין די קרעטשמע נישט גלעבט מיט די פויערן האנט ביי האנט ווי היינט, איז א אינטערסאנטע טעאריע, איז דאס דיין אייגענע?

תוקן על ידי - findodort - 27/01/2006 1:48:53

y123y123 » 27/1/2006 02:28

I didn't want to mix myself in this conversation; I just feel the people who are judging him are the people who have to be judged. He has a talent and he has the right to use it, even though if you don't like it and it's not your standard you have a choice not to look or listen to it. Believe me the Internet is worse from his songs, if you are sitting and writing that means you have access to the Internet, first take care of your problems and then try to take care of someone else's. What I'm writing now I didn't see I just herd that the person what we're talking about is almost every day in Manhattan in the hospital going to sick patients and using his talent to make them happy, he sings and dances to them, doctors say that after he leaves from the room the pulse from the patients go up. This is a good person and no one has a right to talk on him and if you feel he is a bad person or does bad things to us and our children, I would like to login remotely to your computer and see your history, and discuss it in public, and if everything is OK then talk. (Even though that you delete all your history files I could still check them out.) And if you are jealous on him that's tuff luck to you.

findodort » 27/1/2006 16:16

איך ווייס יא פאר א פאקט אז ער גייט אין שפיטעלר און איז אסך עוסק אין חסד, זאל עם די אייבישטער באצאלען אין ער זאל נישט וויסן פון קיין צער זיין גאנץ לעבען.

איך בין אויך מודה אז ער האט טעלאנט, און קיינער צווינגט נישט קיינעם צי הערן זיינע סחורה.
(און קען זיין אז קיינער האט נישט די רעכט צו זאגן וואס ער קען אין וואס ער קען נישט זינגען, אזוי לאנג ווי עס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה.)

די אישא איז אבער וואספארא עפעקט לאזט דאס איבער אויף אינזער קינדער, אין ניין זיי קענען נאך נישט מאכן קיין דעסישען אין מיר קענען  נישט און ווילן נישט זיי נאכלויפן 24 שעה. פארשטיי גוט, דע אישא איז אויך נישט אזויווייט צו זיי הערן די אדער יענע קאסעט, פון די אדער פון יענע זינגער, אדער ווי א גרויסע צדיק די אדער יענע זינגער איז

(די קענסט אליין אויספיגרען, אין מיר מיזען עם נישט ד'זאדזען,  אז  זיך לערנען די סטייל, מיז מען אסך קריכן אין די בלאטע, אין איז פארבינדן מיט אסך הארבע איסורים, און איך פארשטיי נישט ווי אזוי איינער שעמעט זיך נישט ארויסקימען מיט א טעף און זאגן פאר די גאנצע וועלט אז קול באישה און ניבול פה, -זיי זינגן נישט ע"פ רוב פון א כפרה-  איז בא מיר א עבר ושנה, I would like to login remotely to his computer אבער ווי געזאגט, דאס איז זיין פראבלעם)

 די שאלה איז אבער יא  וואספארא השפעה דאס לאזט איבער אויף די געדאנקען גאנג פון אינזער קונדער און אויף זייער חבירים, און איך האב מורא אז ס'איז נישט קיין פאזעטיווער.

די ריזען אז Y123 איז איבעצייקט אז די האסט א סקעלעטן און דיין קלאזעט, און ער איז זיכער א גאד מען איז א דאנק די שוואכקייט וואס די קאלטאר האט צו א סטאר, אין דאס איז א ריין גויאישע דערהער.





תוקן על ידי - findodort - 27/01/2006 16:29:00

A_Jew » 27/1/2006 16:35

הנני לחזק ידי פוןדאאוןדארט. אה"נ ליפא טוט אסאך חסד אין שפיטעלער (בעיני ראיתי ווי ער האט דערפרייט א חולה בדרך יוצא מן הכלל) ואין הקב"ה מקפח שכר כל בריה, אבער דאס האט נישט קיין קשר צום הרס וואס ער מאכט אהן מיט זיינע טעיפס. די טעיפס זענען זייער פראסט און קינדער זינגען נאך און קוקען ארויף צו איהם. ער איז נישט א פיגור וואס אונזערע קינדער דארפען אויף איהם ארויפקוקען. לגבי מאכען ליצנות'דיגער בילדער פון איהם זאל דער וואס וויל עס טוהן פרעגן א שאלת חכם, ווי ביי יעדער ספק.

A_Jew » 30/1/2006 23:14

טובעין » 31/1/2006 19:46

A_Jew » 1/2/2006 01:41

עס קען אפשר איינער מוחל זיין און אריינסקענען די דעקל פונעם נייעם טעיפ - פון אינעווייניג. איך וויל זעהן דער בלאט פונעם lyrics.

ייש"כ

A_Jew » 3/2/2006 16:14

Anyone?