היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שאקירענד מצב הכשרות אינטער די רבנות א"י

שאקירענד מצב הכשרות אינטער די רבנות א"י

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1768611

שלום_משה » 18/1/2006 04:08

עס איז ממש א שאק צי זען די קליפ
די מצב הכשרות אינטער די רבנות הראשות,

עס איז דא וואס זאגן אז די קליפ טרייבט איבער ווייל זיי {די וואס מאכן עס} האבן פיינט די פרומע

אבער אפילו אויב האלב דערפין איז אמת אדער אפילו א פערטעל
איז עס אויך גענוג ליידער

עס איז כדאי אז מען זאל עס זען ווייל אמאל אמאל אינטערוועגענס קען איינער טראכטן, אז סוף כל סוף האט דאך די פלאטץ/אדער די עסן, א הכשר פין די רבנות,
זאל מען זען פין וואס די הכשר באשטייט

אט דא

http://news.walla.co.il/?w=/3/844163

עס איז אויך אינטערסאנט צי זען דארט די תגובות וואס מען האט דארט ציגעשריבען

קרעדיט =בח"ח





תוקן על ידי - שלום_משה - 18/01/2006 4:13:06

מבני_בניו » 18/1/2006 04:49

אלעס נארישקייטן.
איך קען דיך מאכן אזא ווידיאו אין צוואנציג מינוט אקעגן יעדן הכשר אין די וועלט. מאך דיך נישט נאריש, מזעצט אראפ צוויי פרענקן, ממאכט פיקטשערס פון א רעסטאראנט, און מהאט א פילם.
קענסט מיר ווייזן איין זאך וואס איך מוז גלייבן?
נישט ווייל איך נעם מיך אן פאר די רבנות הכשר, אבער אזא נראישע פילם צו מאכן, און מענטשן זאלן נאך אויף דעם קומען בויען איז סתם נאריש.