איבער 35 יאר וואס געהויבענע סאטמאר חסידים קומען זיך צוזאם יעדן שלש סעודות רעוא דרעוין און פראווענען אינאיינם און זינגען מיט דביקות והתלהבות דקדושה אין דער געהויבענער הייליגער זמן, און דערנאך לערנט מען פאר דארט די הייליגע פליים פייערדיגע תורות פון מרן רבינו הקדוש והטהור זיעועכי"א פון תשט"ז.
יעדער סאטמאר חסיד ווייסט פון דער געהויבענער קבוצה, וואס באטייליגען זיך וועכנטליך 60-70 אידן, מען שפירט דארט ווי אין די אמאליגע, יארן די ערענסקייט וואס דארט איז געווען, אין די ימי השובבי"ם באטייליגען זיך פיל מער עד אפס מקום, מען פלעגט זיך שפירן דארט כאין ווי מען האט געשפירט ביי די הייליגע שלש סעודות פון רביה"ק זי"ע בהלו נירו על ראשינו, דער שיעור גייט אן פאר די לעצטע 10-15 יאר אין בית כ"ץ בביהמ"ד הגדול ראדני.
פאריגע וואך שב"ק איז דער שיעור קבוע געקומען צו אן ענדע מיט טעראר און שפיכת דמים, נאך 35 יאר!
פאריגע וואך שב"ק האט מען מבטל געווען דער געהויבענער דביקות'דיגער שלש סעודות!
פאריגע וואך שב"ק האט מען מבטל געווען דער שיעור קבוע אין די ט"ז תורות פון מרן רביה"ק זי"ע!
אזוי ווי דער שיעור ווערט אנגעפירט די לעצטע 20 יאר דורך הרב החסיד רבי ארי' ראטה שליט"א חבר הנהלת מוסד רב טוב, און ווערט פארגעלערנט דורך הרב החסיד רבי חיים הערש גאלד שליט"א, וואס ביידע פון זיי ציילן זיך צווישן די טויזנטער תלמידי וחסידי פון כ"ק רבינו שליט"א ובנו כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א, האט ר' זלמן לייב געמלדען מלמחמה דערקעגן און עס אפצושאפן!
וכך הוה פאריגע וואך שבת נאכמיטאג זענען די חסידים ואשני מעשה אנגעקומען האבן זיי געטארפען א פארמאכטען טיר, און אויסגעלאשענע לעקטערס, מען האט בטל געמאכט דער שיעור, זקני חסידים מיט בעלי בתים נחמדים זענען געשטאנען מיט פארקלעמטע בלוטיגע הערצער זעהנדיג וואס דער נועם המדות האט דא אפגעטאן און מבטל געווען זייער שיעור וואס האלט שוין אן 35 יאר!!!
די צוויי זקני חסידים וואס באטייליגען זיך שוין אין דעם שיעור קבוע זייט איר גרינדונג, הרב החסיד רבי יעקל שווארץ שליט"א און הרב החסיד רבי ישרא' פעדער שליט"א זענען מאנטאג אריבער געגאנגען צו ר' זלמן לייב און פארגעהאלטן דעראויף, האט ער זיי געזאגט:
זיי זענען געשטאנען געלעמט דערפון, רבי יעקל האט זיך נישט פארלוירען און אים גענטפערט די הייליגע תשט"ז תורות מיט דעם ווילט איר זיך פארגלייכן? ר' זלמן לייב האט געזעהן אז ער ווערט נישט פטור פון זיי, האט ער זיי גענטפערט מיט חוצפה:
זיי זענען אוועק פון דארט צובראכען און דערשלאגען!
די וואך שבת האט זיך דער בילד איבערגעשפילט און אריינגעשטעלט אין דעם מקום המקדש צוויי שחורים, וואס זאלן אכטונג געבן אז מען זאל ח"ו נישט צוריקשטעלן דער שיעור קבוע בתורת מרן רביה"ק זי"ע!
תוקן על ידי - yones69 - 17/01/2006 23:36:55

עד שקפץ עליו רגזו של "הרב" זלמן לייב!
ווי יעדע דבר שבקדושה וואס שטייט אים אין וועג, און שטערט אים אין זיין שררה ותאות הנקמה!

איך פיר שלש סעודות אויבן מיין תורה איז אייך נישט גוט?
זיי זענען געשטאנען געלעמט דערפון, רבי יעקל האט זיך נישט פארלוירען און אים גענטפערט די הייליגע תשט"ז תורות מיט דעם ווילט איר זיך פארגלייכן? ר' זלמן לייב האט געזעהן אז ער ווערט נישט פטור פון זיי, האט ער זיי גענטפערט מיט חוצפה:
די שיעור איז פיל מיט מחוצפים (אהרונים) און איך פארשטיי נישט ווי אזוי איר שעמט איר זיך נישט צו זיצן מיט אזאלעכע מחוצפים עס שטייט אין תהלים ומושב ליצים לא ישב.
זיי זענען אוועק פון דארט צובראכען און דערשלאגען!
די וואך שבת האט זיך דער בילד איבערגעשפילט און אריינגעשטעלט אין דעם מקום המקדש צוויי שחורים, וואס זאלן אכטונג געבן אז מען זאל ח"ו נישט צוריקשטעלן דער שיעור קבוע בתורת מרן רביה"ק זי"ע!
אוי לאותה בושה!!! אוי לאותה כלימה!!!