היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דיסיזשאן ארויסגעקומען... געבאקס.

דיסיזשאן ארויסגעקומען... געבאקס.

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1766820
בלאט: 1 2

זשוליאני08 » 16/1/2006 23:07

די צערידערטע דעפרעסטע זאלונים האבן ארויסגעגעבן א געבאקנעם דעסיזשען פונעם אפעלאט קאורט.

לויט ווי מיינע קוועלער געבן איבער (מיינע אייגענע פילינגס בלע"ז) איז עס געבאקן.

איך וועל עס באלד ארויפלייגן
און איך וויל זען צי די ליינער דא שפירן אויך אזוי, אדער נישט.

און פארוואס איך האלט אז די דעסיזשען איז געבאקן.

אלעסאמת » 16/1/2006 23:18

זשוליאני08
ביטע צו נישט אן דעם עולם שרייב קלאר פון וואס די רעדט'ס?

פאר וואס זאגן די זאלי'ס גארנישט?

זשוליאני08 » 16/1/2006 23:22

זייט איינס פונעם געבאקענעם דיסיזשאן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 16/1/2006 23:26

זייט צוויי פונעם רולינג.

ס'איז א גוט געבעקסל.
נוסח משה פראדעל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 16/1/2006 23:42

ס'קוקט אויס אטענטיש, אבער וואס איז פשט פון "*DRAFT*"?

boro567 » 16/1/2006 23:42

זשוליאני,

ביטע זיי מסבר וואס דעס איז.
פון ווי קומט עס?

יישר כח

זשוליאני08 » 16/1/2006 23:44

עס קומט פון די זאלונים.

עס איז נישט קיין דעסיזשאן.
וואס ס'איז יא?

ס'איז וואס זייער לאיער האט געגעבן פאר MASTRO.
פארשטייסט.

volvi06 » 16/1/2006 23:44

what means that??????

מקוה_איד » 16/1/2006 23:49

סיז נישט מסתבר אז דאס האבן זיי געגעבן פאר MASTRO, ווייל זיי וואלטן ווען געשריבן בעסער, די פסק לאזט איבער די זעלבע פלאנטער ווי באראש, ס'שטייט נישט דא קיין שום קלעריפיקעישן אז "יאנקל קאהאן איז פרעזידענט".

איך בין PUZZELED

NYPD » 16/1/2006 23:50

א שיין שטיקל ארבעט,

משה איך געב דיר קרעדיט

אבער חיי שעה איז ווערט?

לכו_ונשובה » 17/1/2006 00:07

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!




כאטש עס שטייט "בנפול אויבך אל תשמח" בין איך פארט א בשר ודם און איך קען מיך נישט איינהאלטן. סארי.

boro567 » 17/1/2006 00:13

לכו,

גיי אין ראדני און הענג אויף די גרויסע חסדי השם סיין.

שפיטצער06 » 17/1/2006 00:13

דאס שרייבט מען און אנדער פורום

0:6 נשלח ב 17/1/2006 ווילי_יונג

ער שרייבט אז דאס איז סי פאפירן וואס סאטמאר האט אריינגעגעבן אז דאס זאל זיין דער פסק!

ער האט דערווישט פאפירן וואס קיינער ביי אונץ האט נאכנישט געזעהן!... זייער קאמיש אבער דער לויער ווייסט נאך אויך נישט דערפון...

לכו_ונשובה » 17/1/2006 00:14

יאנקעלע11, ווער חלומ'ט? איך אדער דו?

יענקעלע11 » 17/1/2006 00:39

ויישן, ויחלום שנית;

שפיטצער06 » 17/1/2006 00:44

די זלוינים זאגן אז ס'איז שקר

מיש_מאש

יא, זאלישלעך, מען האט ענק געפאקט ביי די מעשה און ארויסגעווישט די צעטלעך וואס ענקערע לויערס האבן פארגעברייט פאר די אפיעל דזשאדזשעס...

יעצט ווערטס צוריק ביזי מיט בני ברק...

ווילי_יונג

איך בין נישט קיין לויער אבער איך מיין אז אויב וואלט דאס געווען די צעטלעם וואס מיר ווילן אריינגעבן דארף ענקער לויער דאס אויך באקומען.

צאנז_קאורט

בעסיקלי די אלטע פורים תורה'ס פון ארעסטאנט יוסעלע און שמעלקא משכיל. וואס א דאנק דעם האט שוין סאטמאר ב"ה די אויבערהאנט 5 יאר אין געריכט.

זשוליאני האט מסתמא פארגעסן צו נוצן זיין זאלישן ניק און איז געבליבן מיט די אלטע פורים סלאגאן, אז "די זאליס זאגן"...

איין זאך איז קלאר. דער אהרונישער צעטל איז פאר סאטמארער חסידים א גרויסער שמייכל, מען ווייזט וואס א ביטערע דעפרעסיע עס הערשט ביים אהרונישן לאגער... זיי ציטערן פון וואס עס קומט!...

לאמיר ווייטער מתפלל זיין אלעס זאל זיך פירן מיט סייעתא דשמיא ווי ביז היינט, ובשם ה' נעשה ונצליח!

upto

וואס מיינט דאס?

ווילי_יונג

דאס מיינט אז זשוליאני'ס קאמפיוטער האט געארבעט פאר שעות אין א צי צו פאברעצערן דאס צעטל.

דאס איז מיין אפשאצונג.

אלעסאמת » 17/1/2006 01:14

האט דאס א שייכות מיט דעם
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1733429

תוקן על ידי - אלעסאמת - 17/01/2006 1:22:19

לכו_ונשובה » 17/1/2006 01:16

זיכער האט עס א שייכות; ביידע זענען אייניג אמת.

גוטזאגער » 17/1/2006 01:43

לכו האט נעבעך נישט געוואוסט וואס די אפיציעלע זאלי ענטפער איז, אנפאנג האט ער געקלעימט זיג, אבער נאכ'ן זען אז זיינע קאלעגע זאליס זאגן אז ס'איז ליגנט האט ער שנעל אויסגעדרייט דעם דאשיק.

אנטוערפןרב » 17/1/2006 14:35

די אהרונים שעמען זיך נישט אפן ארויסצוווייזן זייערע חלומות אויף היידפארק?! זיי מאכן א צעטל, שיקן עס צו זיך אויף א פעקס, און לייגן עס ארויף מיט א גאנצע שמחה.
און אלע קעלבעלעך טאנצן מיט, מהאט זיי געפאקט! מגייט שוין איינזעצן באראש מיט מעסטרא מיט שלום דייטש מיט ר' שאול פערלשטיין מיטן רב! בהמות וואס ענק זענען. וויאזוי באקומט זשוליאני וואס די זאליס שיקן ארום אויף זייערע פעקסעס?! אלעס איין גרויסע באבע מעשה וואס אלע אהרונים זזאלן ארומלויפן פארקויפן.

מבני_בניו » 17/1/2006 15:12

אנטוערפן.
ביזט נישט אפדעיטעט.
די זאליס האבן שוין אויפגעהערט צו לייקענען די צעטל, זיי זאגן נאר אז זיי האבן נישט דעס געשיקט פאר די זשאדזשעס... מזעט גלייך אויף די צעטל אז סאיז נישט פאלש.

אלעסאמת » 17/1/2006 15:55

אויב איז עס אן עכטער פסק וואלט דער דעיט געדרפט זיין שפעטער ווי Dec 2

13Hooper » 17/1/2006 17:44

dec 2nd was the argument date not the decision date

אלעסאמת » 17/1/2006 17:50

עס שטייט נישט קיין אנדער'ער דעיט דארט נאר dec2

איך ווארט אז זשליאני זאל זאגן פאר וואס עס איז געבאקס ער האט געשריבן נעכטן אז ער גייט זאגן פאר וואס

זשליאני ווי ביסטו?

13Hooper » 17/1/2006 18:13

קיק נאכאמאל עס שטייט ARGUED DEC 2

זשוליאני08 » 17/1/2006 19:30

איך האב דאך געשריבן אויבן, אז איך ווייס אז עס איז געבאקן.

איך האב צוגעלייגט אז איך פארלאנג פון די גולשים, וועלכע "פארשטייען עפעס" און "קענען לייענען" זיי זאלן פראבירן צו כאפן.

אויב איך וועל זען אז דער עולם כאפט טאקע נישט, וועל איך זאגן וואס איך ווייס (קלער).

ארענדאר » 17/1/2006 19:39

קוקט אויס אז דו ביסט קלוגער פון אונז אלע. זאג שוין וואס דו זעסט.

נאר_פריילך » 17/1/2006 19:55

זשוליאני08 קיינער כאפט נישט וואס זאג ביטע


תוקן על ידי - נאר_פריילך - 17/01/2006 20:01:01

ווארהייט » 17/1/2006 20:18

לויט ווי איך פארשטיי זשוליאני זאגט ער אזוי, ווער ס'פארשטייט וואס איז זאג, דאס מיין איך טאקע, און פאר די אנדערע אויב פארשטייט איר נישט, דאן מוזט איר ווארטן ביז די בלאטע וועט זיך זעצן און די וואסער וועט קלאר ווערן

זשוליאני, בין איך גערעכט???

אלעסאמת » 17/1/2006 21:45

זשוליאני08 גענוג געווארט Lets Go

לולא_תורתך » 17/1/2006 22:00

איר וואונדערט זיך נאך פון וואו זשוליאני ווייסט אז ס'איז געבאקן ?

קליינע קינדער. ער האט עס דאך געמאכט !

באראש » 17/1/2006 22:43

איך הער אז די זאליס גייען ארום מיט די צעטעל צו זייערע עשירים, צו פארשאפן געלט, זיי האפן מיט דעם מחזק צו זיין זיערע עשירים.

ראדני152 » 18/1/2006 00:42

צו וועלכע עשירים ?
זיי זענען נישט געווען ביי מיר?

13Hooper » 18/1/2006 01:14

פין דיר ברויכען זיי נישט קיין געלט זיי זענען ציפרידען מיט דיין PR וואס די געסט זיי דא אויף הייד פארק
אזוי קלער איך

ווארהייט » 18/1/2006 16:10

עס זעהט אויס אז די אפעלאט מיר ראזענוואסער זענען אויף א פארמעסט ווען קען לענגער ווארטן

אלעסאמת » 18/1/2006 17:29

איז דא אזא מין זאך אז איעדע מאנטיג קען מען וויסען אויב יענע וואך קומט ארויס דער פסק???

בא_ללמד » 18/1/2006 20:33

נישט לויט מיין אינפארמאציע.

ווארהייט » 18/1/2006 20:47

בא ללמד

די קשיא איז צו ברייט, אבער אין געוויסע פעלער איז עס יא אזוי

בפרט ביים אפעלאט ווי עס איז 4 ריכטער

פארגעס איין מינוט פון סאטמאר מיט אלע קאנעקשאנס/קאראפשען אינוואלווד, קענסטו מיר אפשר זאגן דעם פראבלעם אז דער קלוירק זאל זאגן פאר זיין חבר/שכן/קרוב אדער אפילו פאר א לויער פון איין צד וואס קאלט אים פרעגן צו זאגן יא, די וואך קומט ארויס די פסק, אן זאגן וואס די פסק איז

בא_ללמד » 18/1/2006 20:50

איך בין נישט אינעם סיסטעם, אבער איך שטעל זיך פאר אז עס זענען דירעקט יא פאראן געזעצן וועלכע זאלן טאקע באווארענען אזעלכע קארופטירטע פעלער.

איך גלייב אז קארופציע איז נישט געבוירן ווען משה גבאי האט באשלאסן צו מאכן ר' זלמן לייב פאר רב.

ווארהייט » 18/1/2006 21:32

אבער דער עצם פאקט אויב דער פסק קומט ארויס פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, דער פראבלעם איז אז מען האט גערעדט צו דעם אדער יענעם פארדעם

ממילא 'דיסעגרי' איך מיט דיר, און מען קען יא אין רוב פעלער וויסן אויב איז דא א פסק אין די קומענדיגע טעג

אבער, ווי געזאגט אין 'רוב' פעלער, עס מוז נישט אייביג זיין אזוי, און ווייס נישט וואס מאנטאג זאל מער מחייב זיין ווי דינסטאג

אבער, אז איך ווייס נישט מיינט נאך נישט אז עס איז נישט אזוי

אלעסאמת » 18/1/2006 21:41

איך האב געהערט פון איינעם נישט קראנט אז דער קלוירק גרייט אן א יעדע מאנטיג די קעסעס וואס דארפן גענדיגט ווערן יענע וואך

איך האב געוואלט וויסען צו נאך איינער האט געהערט פון אזא זאך

לולא_תורתך » 18/1/2006 22:12

איין זאך איז זיכער די אהרונים טאנצן שוין פון די הויט...
זאלן זיי ווייטער טאנצן, אזוי ווי שמיני עצרת.

verbeenich » 18/1/2006 22:35

נאך אלץ נישט געקומען?
ווי לאנג נעמט דעם ראזענוואסער צו קומען?
אפשר דארף מען נאך שמירען?

נאר_פריילך » 18/1/2006 22:39

מי אנכי אז איך זאל וויסן

ארענדאר » 18/1/2006 22:45

אלעסאמת

דאס, פון קאורט וועבסייט !!

מאנטאג, יום שני, איז דער MAGIC DAY




[בילד – נישט אפגעהיט]

אלעסאמת » 18/1/2006 22:54

ישר כח ארענדאר הייסט איך בין יא געווען גרעכט

יעצט זשליאני האט געברענגט זיינע פעפערס מאנטיג??

מקוה_איד » 18/1/2006 23:06

פארוואס איז דער עולם אזוי נערוועיז און אומגעדולדיג מיט דעם ראזענוואסער דעסיזשען?

(איך מיין ביידע צדדים)

זייט קראצמעך, איז שוין ארויסגעקומען צענדליגע רומערס בנוגע ראזענוואסער דעסיזשען.

יעדן טאג א פרישע געבעקס, א פרישע טעארי, א פרישע קאנספירעסי.

פליז!!!

גענוג!!!

האטס אביסל געדולד!

אייןסאטמאר » 19/1/2006 03:25

די וואך מאנטאג איז אבער געווען חגא

שפיטצער06 » 23/1/2006 03:08

מארגן איז דאך מאנטאג קען מען טאקע מארגן וויסן אויב עס וועט זיין א פסק די וואך אדער איז דאס סטאם איינרעדנישן דא פון
אלעס אמת?

אלעסאמת » 23/1/2006 18:17

ארענדאר
היינט איז מאנטאג געב א זיך אויף די קאורט וועבסייט אויב ס'וועט זיין די וואך

בלאט: 1 2