היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' חיים ברייש - 12 בחורים...

ר' חיים ברייש - 12 בחורים...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1766131

בא_ללמד » 16/1/2006 15:36

זייט ר' חיים ברייש האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין די פאליטיק, האט די מתיבתא אין לאנדאן אנגעהויבן פאלן מטה מטה, ביז עס איז געקומען צו א שטאפל אז מ'האט אים ממש פארשיקט מיט געוואלד פון די ישיבה.

פון דארט האט ער אנגענומען דעם "גרויסארטיגן" פארשלאג צו ווערן ראש ישיבה אין די "ישיבה גדולה" אין סאטמאר אין ירושלים, אונטער ר' חיים הערש.

דער גלענצנדער פארשלאג האט אים געשטעלט אלס ראש ישיבה פון גאנצע צוועלף בחורים... וועלכע זענען געבליבן דארט נאך וואס רוב בחורים זענען אנטלאפן פון דארט צו די ישיבה אין קווינס "צוליב געוויסע סיבות"...

א גוטע לעקציע ווי ווייט מען דערגרייכט ווען מען מישט זיך אין פרעמדע פאליטיק.

NYPD » 16/1/2006 16:09

ער האט געמופט קיין ירושלים?

ספוט » 16/1/2006 16:13

מען דארף נישט וויונען אין ירושלים ער קען דאס פירען פין לאנדאן אזוי ווי ר' מענדעלע טייטעלבוים ער וויונט אין וויליאמסבורג אין ער איז דע אנטוורפענע רב..

תוקן על ידי - wassa_dif - 16/01/2006 16:42:06

13Hooper » 16/1/2006 16:39

אין אזוי ווי דער סאטמערע רבי זי"ע וואס האט געוואינט אין וומב"ג אין ק"י

אייןסאטמאר » 16/1/2006 19:51

וואס האט ער זיך געמישט אין פאליטיק?

ארגינעלער » 16/1/2006 20:40

מ'האט אים פאריגע וואך געגעבן א אפער צו ווערן משגיח כללי אין די זופניק מקוה.

דער יפו'ער האט געבעטן זיין געהילף י. ווייס ער זאל שטיצן זיין קאנדידאטור.

איצט הייסט עס אז ברייש וועט נישט גיין אין די שוויץ.

ווארהייט » 18/1/2006 16:41

פארוואס ר' חיים ברייש האט דאס אנגענומען פארשטיי איך נאך נישט, האבן זיי אומצוגעזאגט אזויפיל געלט