היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וועלכע טאמעטא/ פעפער דיפ איז גיט

וועלכע טאמעטא/ פעפער דיפ איז גיט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1765386

13Hooper » 15/1/2006 23:08

איך בין נישט זיכער צי עס איז אויסגעהאלטען לפי תקנת הפורום צי דערמאנען נעמען פין פירמעס וואס פראדעצירען דיפס מינים ממינים שונים בין לטוב או לרע וואס איז שטארק נוגע למעשה
בעט איך די מנהלים זאלען אינז זאגען די הלכה, אין אזוי וועט יעדער קענען אפגעבען זייערע מיינונגען, אין מיט דעם ארויס העלפען א אנדערען יוד מיט מקיים זיין עונג שבת

זעהט אויס אז קיין אנדערע דאגות האב איך שוין נישט, נאר איינס אויף אמאל,איך קען נישט אויסרעכענען אלע פראבלעמען

wassa_dif » 16/1/2006 05:24

לדעתי, די איינציגסטע מענטשליכע איז GOLDEN TASTE

שלום_משה » 16/1/2006 05:28

די בעסטע איז היימיש

ניו_יארק » 16/1/2006 05:30

שלום משה, האסט מיך אויס געכאפט.
די רעביצען מאכט דאס בעסטע. (פאר מיר, פארשטייט זיך)

13Hooper » 16/1/2006 07:04

לעצטענס איז ארויסגעקימען א נייע נאמען פין (TUV TAAM ) איך געדענק יעצט נישט דעם נאמען
איך זאג ענק געראנטיד איינע פין די בעסטע אנע קעמיקאלס מיט אסאך גארליק
איין שטיקעלע פראבלעם אז עס איז נישט געניג דיק

קושקע » 16/1/2006 07:07

נו אויב די רביצין מאכט די בעסטע, מוזטו זאגן ווער דיין רביצין איז.

למה נגרע?

פארוואס זאלן מיר נישט הנאה האבן?

גוטזאגער » 16/1/2006 08:31

רביצין קושקע (ווי די זאליס האבן אים ליב צו רופן), ווען לאזט איר דעם עולם פארזוכן פון אייער טאמעטע דיפ?

911zalis » 16/1/2006 08:39

איך מיין אז די נייע שלומיס איז טוב טעם וואס זאגט איר?

13Hooper » 16/1/2006 16:33

ביסט גערעכט דער נאמען איז שלמהיס

עס איז כדאי צי טרייען

(איך האב קיין שום אינטערעסע אין דעם, נאר לטובת הצבור) ווייל אזוי ווי מיר עסן דאך נאר לשם מצוה צי האבען כח צי דינען דעם באשעפער, איז משום זה קלי ואנווהו מיז מען מהדר זיין פאר די בעסטע

וואסענייעס » 16/1/2006 23:34

א וואוט פאר שלום משה היימיש איז געווענליך די בעסטע און ביליגסטע

העלפ_פליז » 17/1/2006 01:46

די בעסטע איז GOLDEN TASTE

בא_ללמד » 17/1/2006 01:59

די בעסטע וואס איך האב אמאל געגעסן איז די היימישע חריף פון מאשקאוויטש אין קרית יואל. א שאד ער האט אויפגעהערט אריינצוברענגען אין וויליאמסבורג.

די נייע היימישע פון טוב טעם איז אויך נישט שלעכט, און איז גאנץ ענליך אין סטיל צו די היימישע חריף פון מאשקאוויטש.

ווארהייט » 18/1/2006 16:38

בא ללמד גערעכט, מאשקאוויטש איז די בעסט