שיינע זאכען פון די סדרה:
ויעש להם בתים = זאגט דער דעת זקנים אז דאס מיינט פשוט אז פרעה האט זיי איינגעשפארט אין געפענגעניש! אז זיי זאלן מער נישט קענען העלפן די אידישע מאמעס.
קרישקעלעך פון די מפרשים:
דער דעת זקנים שרייבט אז די פאסטוכער האבן פשוט אריינגעטראסקעט יתרו'ס טעכטער אין ים אריין, מיט דעם גיבט ער צו פארשטיין די לשון "ישועה" וואס שטייט אז משה רבינו האט זיי געהאלפן, וואס מיר געפונען דעם לשון ביי א דערטרונקענעם, ווי עס שטייט "הושיענו כי באו מים עד נפש".
די האנט פון בתי-ה האט זיך אויסגעשפרייט 60 אמות אזוי שטייט אין דעת זקנים.
עס זענען פארהאן עטליכע וועגן וויאזוי מען לערנט ארויס פון פסוק אז די אידישע פרויען האבן געבוירן זעקס קינדערלעך אויף איינמאל, טייל זאגען אז מען לערנט דאס ארויס פון די זעקס לשונות אין פסוק: 1. פרו. 2. וירבו. 3. וישרצו. 4. ויעצמו. 5. במאד. 6. מאד.
אנדערע זאגען אז "פרו וישרצו" איז בגימטריא "ששה בכרס אחד" ווייניגער 2 (במאד מאד איז משלים די 2), דעת זקנים.
דער ספורנו זאגט אז "וישרצו" מיינט אז די אידן האבן זיך ליידער אויפגעפירט ווי די שרצים פון ווען די הייליגע שבטים זענען נפטר געווארן.
דער אבן עזרא ברענגט צו פון דאקטוירים אז דאס מערסטע וואס א פרוי קען האבן אויפאמאל איז 7 קינדער.
דער דעת זקנים (פ' תזריע) ברענגט פון די חכמי הטבע אז עס זענען דא זיבן קעמערלעך אין די רחם, די רעכטע דריי פאר זכרים, די לינקע דריי פאר נקבות, און די מיטעלסטע איז פאר טומטום ואנדרוגינוס. (עס ווערט צוגעברענגט אין גור אריה די וואך, און אין אלי' רבה או"ח סי' ר"מ).
ממינט דאס אז די אידן האבן געהאט 3 אינגלעך און 3 מיידלעך אין א טומטום??
יאנאש;
איך שעם זיך.
די אידן האבן האבן נאר געהאט ששה בכרס אחד, האבן זיי געהאט - לויט די קבלה - דריי אינגלעך און דריי מיידלעך.
איים סאו סארי, פארזעהן, באט קוים אנגעהויבן צו לערנען סאו גיב די גער עי טשענס.
ביי דע וועי איך דארף מיך שעמען נישט די (אחוץ אויב זעמער משפחה).
די וואך שרייבט רש"י אז ווען יוכבד איז אלט געווען 130 יאר ווען משה רבינו איז געבוירן, שטעלט זיך א פראגע פארוואס ביי שרה וואס זי איז נאר אלט געווען 90 יאר פארציילט די תורה די גרויסע נס וואס איז געשען, משא"כ יעצט ביי יוכבד וואס איז לכאורה נאך א גרעסערע נס שרייבט נישט די תורה גארנישט?
ווייל יוכבד האט שוין געהאט קינדער פון פריער! (משא"כ ביי שרה איז דאס געווען די ערשטע קינד).
קרעמער;
ווען די תורה שרייבט די נס פון שרה שטייט נישט אז די גרויסקייט פון די נס איז וועגן ס'איז די ערשטע קינד, נאר "אחרי בלותי היתה לי עדנה" אדער "ואדוני זקן" און דאס גלייכן, און יוכבד איז דאך געווען נאך עלטער, און קיין ווארט ווערט נישט דערמאנט דערפון און די תורה.
פענסטער;
איך געדענק נישט יעצט אין וועלכע ספר איך האב געזען די תירוץ וואס איך האב געשריבן, אבער לכאורה וואלסטו געקענט פרעגן דערויף א שטארקערע קשיא, אמער, ווען "מרים" - די עלטסטע קינד פון יוכבד - איז געבוירן, איז יוכבד אלט געווען 124 (מרים איז געווען 6 יאר עלטער פון משה רבינו), קומט דאך אויס אז זי איז ביי איר עלטסטע קינד געווען 34 יאר עלטער פון שרה אמינו?
די ענטפער אויף די שאלה פון די וואך איז
אותה
אזוי שטייט אין דעת זקנים (וואו דען???) סדר במדבר (כ"ו, נ"ט) וז"ל:
אשר ילדה אותה ללוי, כי אשתו של לוי אותה שמה עכ"ל.
מיין ברודער האט מיר געזאגט א תירוץ פונעם דובנער מגיד, אז וויבאלד אין מצרים איז געווען געוואלדיגע ניסים פון "ששה בכרס אחד" וכו', איז שוין נישט געווען קיין גרויסע גדולה אז יוכבד האט געבוירן א קינד ביי די 130.
קרעמער;
אזוי שטייט טאקע פון דובנער מגיד און ער לייגט נאך צו א משל צו דעם, אז אמאל איז א ארימאן ארויסגעקומען פון א עושר'ס הויז מלא שמחה אז דער עושר האט אים געגעבן א גאנצע גולדן, זאגט אים א צווייטער ארימאן הע! איך האב באקומען פון אים צוויי גולדן, זאגט אים דער ערשטער ס'קען נישט זיין ער איז דאך א קארגער, ווען האט ער דיר געגעבן צוויי גולדן, ענטפערט ער אים וואס הייסט איך בין ארויפגעגאנגען פורים צו דעם עושר און ער האט מיר געגעבן 2 גולדן, זאגט ער אים צוריק א גרויסע קונץ פורים טיילט דאך יעדער איינער גרויסע געלטער, משא"כ איך האב באקומען אין א פלעינע וואכען טאג א גאנצע גולדן. והנמשל מובן מאיליו.
איז משה רבינו געבוירען געווארען ריין פין שלעכטע מידות אדער האט ער שווער געארבעט ביז זיין יצר הרע האט געזעהן מיט וועם ער האנדעלט און געפאקט פעק ???