איך פלעג זייער שטארק נערווירט ווערען יעדען טאג אין ביהמ"ד, ווען במשך תפילת שחרית קימען צי יעדען טאג נאך אין נאך פישקעס, אין צדקה זעקעלעך
אין דאס ווערט שוין א קביעות אויף יעדען טאגפין איינס צוויי פישקעס איז עס געשטיגען אויף ארויף ארויף, אין די גרעסערע בתי מדרשים רעדט מען שוין פין א גיטע צען צדקה זעקעלעך/בייטעלעך אין נאכמער
פותחין בכבוד אכסני', קודם קימט די ביהמ"ד, דערנאך די פארשידענע מוסדות, כולל אברכים, אין פארוואס נישט די זימער קעמפס? פארשטייט זיך אז קופת רבי מאיר בעל הנס וועט מען אין ערגעץ נישט פארגעסען
דערנאך קימט צי, תימן'ע קינדער אין א"י, תימנ'ע מוסדות אין אמעריקא, דערנאך איראנער פליטים, א טאג דערויף קימט שוין א בייטעלע פאר יוצאי מאראקא, א ביקור חולים זעקל, קרן הצלה פאר מוסדות ארץ ישראל, אין אמאל אמאל סזאל נישט אויספעלן, נייט זיך עטוועדער אויף א קליינע קרן יתומים בייטעלע
אין דאס ווערט א טאג טעגליכע אבליגאציע אין א שעבוד
אזוי פלעג איך ממש צישפרינגען ווערן טאג נאך טאג, אין די רעגעניש איז געשטיגען מיט יעדע נייע זעקעלע, נאך א זעקעלע, נאך א עול...
ביז איך האב מיך איין טאג באטראכט, דער רבש"ע האט מיר פשוט חונן דעת געווען, אין איך האב אנגעהויבען אריינקלערען וואסארא חסד דאס איז פאר אינז, די גרויסע זכי' וואס מיר ווערען ציגעשטעלט מן השמים
נישט נאר וואס מיר וואלטען דאס געדארפט נאכלויפען אין אויפזיכען, נאר מברעגט עס אינז נאך צי אויף א גאלדענע טאץ
אנהויבען דעם טאג מיט אזויפיל מצוות, יעדען טאג האט מען די געלעגענהייט זיך משתתף זיין מיט צדקת א"י ועניי א"י על טהרת הקודש, פדיון שבויים, הצלת נפשות, ביקור חולים, לימוד התורה פין תשב"ר אין בחורים ואברכים, מלחמה נגד ציונות, מחזיר זיין יודען בתשובה, אריינשטעלען יודישע קינדער אין מוסדות התורה
אין נאך אן א שיעור מצוות וואס מיר טיען אלץ אויף מיט די בלויז עטליכע דאללער א טאג
איך רעג מיך שוין בכלל נישט ווען איך זע די שליחי מצוה וואס זענען מיך אין אנדערע יודען מזכה מיט די גרויסע זכותים יעדען טאג אן אויפהער, ווי וועט נאך קימען א טאג וואס מיר וועלען זיי מכיר טובה זיין עד בלי שיעור וערך...
מיט א שמחה אין שמייכעל ווארף איך אריין די פאר צענט אין די הייליגע זעקעלעך,
איך טראכט צי מיר אזא צייט, ברוך השם! וואויל צי אינז אז מיר האבען די גרויסע זכי' צי קענען אנטייל נעמען אין דעם,
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!