מורי ורבותי....(דא וויינט מען שטארק)
לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דער מענטש וואס זאל קענען ארויסברענגן אויף מיין מויל דעם נאמען אפילו, פון מיין פארגייער, דעם באליבטען איש המעש ערעב פענסטער.
נאר אבער יאך וויל נישט סיזאל ח"ו קומען דער עונש וואס קומט אויף תלמיד חכם שלא נספד כהלכה, איז ממילא במקום שאין איש, השתדל על כל פנים להיות איש. (דא קאכט מען, מיט א פתח)
אז סיז ליידער בעוה"ר געקומען די צייט ארויס צו ברענגן די שבחים און מספיד זיין דעם אזוי אלעמען באקאנטן ערעב פענסטער, אויף דעם אליין עט מען ווען געזאלט מאכן הספדים ודברי הזכרה, נאר אבער ווי אויבנדערמאנט, במקום שאין איש, אזוי ווי עס וועלן דאך אוודאי ארויפקומען די פראמינענטע רבנים און דאיאנעם, מיט אמת'דיגע שבחים אויף דעם גרויסארטיגן נפטר, איז דאך אוודאי אז יעדערע איז מחויב מפשפש במעשים צו זיין.
סישטייט אין די וואכעדיגע סעדרע, הצדיק אבד ואין איש שם על לב, (דא דארפן אלע צוזאמען וויינען אויף דעם קול), זאגט דער מדרש הנעלם, אז דאס גייט ארויף אויף די פריערדיגע צדיקים, ווייל אויף זיי שטייט אין די ספרים ואין איש שם על לב, (דא ווידער אמאל), דער צפנת אויף די וואך פרעגט א הארבע קשיא ווי אזוי האבן יוכבד מיט פועה געקענט ראטעווען די אידן? סיז דאך געווען א גזירה מן השמים, נאר זאגט ער מ'זעהט אין די וואכעדיגע סדרה, ולא יכול יוסף להתאפק, יוסף הצדיק האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ממילא האט ער אלעמען ארויס געשיקט.
לעניינינו קען מען אפשר מפרש זיין די דברי אלקים חיים, יעדער ווייסט דאך די גרויסע כוח המעצר פון ידידינו ערעב פענסטער, זכרונו בגנזי מרומים, ווי ער פלעגט זיך מיט אלע כוחות שוין נאכדעם וואס ער האט געהייסן נפחא, אוי וויי געוואלד, עפענען דעם פענסטער, אזוי ווי סישטייט טאקע די וואך אין די סדרה, יעקב האט געזאגט פאר יהודא'ן יתר שאת ויתר עז, בני עלית, איז דאך פשוט נישט שייך אפילו ארויסצוברענגן די מעלות און חסרונות פון דעם נפטר, בפרט אז דאס אין א בחי', וואס שטייט אין תוספות ישנים, דאכצאך אין פ' במדבר, כאילו מתו מוטל לפניו, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, די חסרון איז אז מיר ווייסען שוין נישט זיינע מעלות, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, האחרונות משכחת הראשונות, אבער די חסרונות איז דאך פשוט רבותי לאמיר זיך כאפן ביים קאפ:
פענסטער פעלט
פענסטער פעלט
אוי ואבוי לנו
דאס איז טאקע פשט וואס ראובן האט געזאגט דעם טאטן ואני אנה אני בא, ווי שעם יאך זיך נישט איבער צו נעמן דעם פלאץ פון אזא גדול בענקים, וואס האט אלעמען אפגעפרעגט און אפגענפערט מיט אזא קלארקייט, געשטאנען פעלזן פעסט קייגן אלע רוחות רעות שבאות לעולם, ווי עלן מיר זיך איצט ארויסשטעלן דעם קאפ, וואסארא פנים עלן מיר טראגן, נאך אזעלכע שווערע מעברים.
דער עולם זאל זעך יעדערער זיך איבערקלערן, צו האב איך נישט גורם געווען אויף די צרה, דאס איז דאך באמת א צרת רבים, וואס רש"י זאגט שוין אויף דעם, אז דאס איז א חצי נחמה, אבער געוואלד דאס קען איך אייך אלע צוזאגן, אז דאס איז נישט מער ווי א נחמת שוטים, וואס קלערט איר, בין איך טאקע אזא שוטה? (דער דאיען צוכליפערט זיך אויף דעם קולל, אלע וויינען ביטערליך מיט).
נאר וואזשע דען קיין יאוש איז נישט פארהאנדין, אז דער עולם עט באמת גלייבן, קען גאר געמאלט זיין אז דער פענסטער עט תחיית המתים אויפשטיין, און ס'עט שוין זיין ובלע המות לנצח ומחה שם דמעה מע.................
(די לעצטע ווערטער האט מען שוין נישט געהערט דער דאיען האט דאס שוין געזאגט צו שטיל כנהוג בתפוצות)
תוקן על ידי - התאחדות - 15/01/2006 21:24:51