היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מזל טוב! מזל טוב! לחסידי סאטמאר העולמי!!

מזל טוב! מזל טוב! לחסידי סאטמאר העולמי!!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1761377

שורשנגח » 13/1/2006 04:58

מזל טוב מזל טוב!

פאר רבבות אלפי חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, צו די פיירדיגע בשורה מרנינה וואס איז ידוע געווארן די וואך, אז ענדליך נאך קרוב צו "50" יאר שווערע האריוואניע איז באשטעטיגט געווארן די "רשיון" צו בויען א נייע הערליכע ריזיגע געביידע מיר דירות אינעם "שיכון קרית יואל דסאטמאר" בני ברק.

דער הייליגער שיכון קרית יואל בני ברק וואס איז אויף געבויעט געווארן דורך מרן רביה"ק זיעועכי"א, און איז היינט דאס שפיגעלע פון ממלכת סאטמאר, עס איז איינס פון די הערליכסטע פאריאקטען פון מלכות סאטמאר.

די "שטח הציבורי" וואס געפינט זיך פארלאזט שוין אזוי פיל יארן יעדער וואס איז געווען אינעם שיכון קען דאס שטח, קרוב צו פופציג יאר זייט די גרינדונג פון שטעטל קען מען נישט באקומען רשות צו בויען דארט דירות , ווייל עס דארף זיין א שטח ציבורי, איבער 100 טויזנט דאללער האט שוין די הנהלת המוסדות איבער די יארן אויסגעבען צו קענען טוישן די לאט.

חסדי ה' כי לא תמנו!


פאריגע וואך דאנערשטאג איז באשטעטיגט געווען ביי די ערי' אז מען קען דארט אויפבויען די נייע הערליכע דירות פאר אנ"ש חסידי סאטמאר, און אי"ה אין די קומעדיגע פאר וואכן וועט מען אנהייבן צו בויען דער נייער בנין לשם ולתפארת.

צוליב פארשידענע סיבות וד"ל האב מען עס נישט געקענט מעלדען פארן ציבור ביז יעצט.


פון די אנדערע זייט ביי די זאליס איז חושך ואפילה!

טונקל און ביטער!

זיי האבן שווער געארבעט די לעצטע 3 חדשים צו קענען מאכן עפעס א טויש און די הנהגת המוסדות והקהלה אין בני ברק, משה גבאי מיט ר' זלמן לייב האבן פערזענליך ביטער שווער געארבעט דערפאר זיי האבן געשיקט 75 טויזענט דאללער אין די לעצטע דריי חדשים פאר די צוועק, וואלערשטיין מיטן תמין'נער טאלער האבן געארבעט דערפאר ביטער שווער, איין לויער נאכן צווייטן האט זיך אפגעזאגט נאכן געוואור ווערן וואס דא גייט פאר אז זיי האבן נישט דא קיין שום אחיזה, נאר זיי ווילן מאכן פאלשע פאפירן קעגן די געזעץ.

וואלערשטיין מיט טאלער האבן דערזעהן אז עס רירט זיך נישט, פאר צוויי וואכן צוריק האבן זיי געזעהן אז די עיר' גייט נאך גאר באשטעטיגן פאר די אהרונים די לאט צו בויען, פון די אנדערע זייט איז געשטאנען משה מיט ר' זלמן לייב און פארלאנגט פון זיי פארשריט, זיי האבן דערזעהן אז זיי טאפן א וואנט, זיי האבן ווייטער געהייסן שיקן געלט מיט וואס זיי האבן געמאכט א יחלוקו, און זיך אנגעפילט די טעשער, זיי האבן געמאכט א שווייג אבער געוואוסט אז די באלון וועט איין טאג פלאצן.

זענען זיי געגאנגען יאנואר 2 און ארינגעלייגט א פאלשער דאקומענט א דעקלירעשן אז מ. וואלארשטיין איז איינע פון די בעל הבתים פון די מוסדות (וואס איז וועל ארויף לייגן א קאפיע), וואס יעדער חדר אינגעל קען עס טאן אויפן צווייטן, און מיט דעם האבן זיי פרובירט צופרידענגעשטעלט די געמיטער פון משה גבאי און ר' זלמן לייב און די זאלונים זענען געטאנצען אין די גאסן.

די הנהלת הקהלה והמוסדות האבן ווייטער שטיל געארבעט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פונעם נערישן דעקלירעשאן, און האבן זיי געלאזט מיט זייער אויג פארבעלענדענישט און ב"ה מיטן הילף פונעם רבוש"ע האט רבי משה חיים ווייס שליט"א באקומען די "רשיון" אז ער קען בויען אויפען לאט, און אי"ה ביז געציילטע וואכן וועט מען זיך נעמען בויען די נייע געביידע.

ר' זלמן לייב מיט משה גבאי זענען געוואור געווארן דערפון הערשט די וואך דינסטאג, זיי זענען ווילד געווארן און האסטיג געקאלט וואלערשטיין מיטן תימן'נער טאלער, זיי זענען נישט געווען בנמצא, משה גבאי מיט ר' זלמן לייב האבן איבערגעלאזט פאר זיי מעסידעטש מיט קללות נמרצות מאל כעס, ענדליך נעכטן נאכן האט משה גבאי געכאפט וואלערשטיין און געמאכט יאמערליכע קולות אויף אים, און ער האט אים געשריגען דאס וואס איך האב געטאן מיט א. שווארטץ איז נאר א דמיון וואס איך וועל טאן מיט דיר, די וועסט קיין ברויט נישט האבן צו פרעסען, גענוג געלט פון מיר גערויבט!

וואלערשטיין מיט טאלער דרייען זיך ארום ווי המן נאכן באגאסן ווערן פון קאפ ביז פיס, אבל וחפוי ראש!

סאטמאר חסידים דאנקן דעם רבוש"ע אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטאן צו אונז!!!


חסדי ה' כי לא תמנו גי לא כלו רחמיו!

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!


תוקן על ידי - שורשנגח - 13/01/2006 5:01:31

תוקן על ידי - כל_העולם - 13/01/2006 7:42:42

NYPD » 13/1/2006 09:34

וואס איז דער באדייט פון שטח ציבורי?
וויפיל דירות גייט מען דארט בויען?

מבני_בניו » 13/1/2006 17:45

מזל טוב, מזל טוב.

ארגינעלער » 13/1/2006 17:48

שור, ביסט א שקרן.

ס'קען נישט זיין.

דער פאליציי מיניסטער איז געווען ביי אלי' כ"ץ און אים געזאגט אז נאר ער איז דער באלעבאס אין גאנץ בני ברק, ביז ירושלים.

באטראט און יוסף90 האבן קלארע דאקומענט אין זייער "תיבה אישית".... אז די זאלונים האבן בעלות אויף גאנץ בני ברק.

אלזא איך רוף אויס דריי מאל הויך
שורשנגח איז א שקרן !
שורשנגח איז א שקרן !
שורשנגח איז א שקרן !

13Hooper » 13/1/2006 19:44

דער עיקר האסטי אויסגעלאזט
אין יוסף90 איז אמת

שורשנגח » 16/1/2006 00:24

די זאליס וויסן זיך נישט ווי אהין צו טאן דערפון, און דרייען זיך ארום ווי אבלים.

אינטערסאנט איז אז תשנ"ד האט רבינו שליט"א געלייגט אויף די לאט אן אבן הפנה.

שורשנגח » 18/1/2006 21:45

נעכטן האט האט י. וו פון ירושלים באפאלען מיט קולי קולות מ. וואלערשטיין, אין פראנט פון ביהמ"ד בקרית ויואל משה ער האט ממש באפאלען מיט די הענט, ער האט געשריגען אויף אים די גנב וואס די ביסט די רב (ר' זלמן לייב) האט דיר געשטאפט מיט געלטער די זאלסט עפעס טוען אין בני ברק און די האסט דיך די טאשן אנגעפילט אוןגארנישט געטאן.

וואלערשטיין האט ווי א טעמבעלע זיך פרובירט צו פארענטפערן פאר ווייס אז ער האט געטאן אלעס אויף דער וועלט וואס נאר מעגליך אבער מען קען גארנישט טאן, איין לויער נאכן צווייטן האט זיך אויפגעזאגט נאך זיך אריין טאן אינעם קעיס און זעהן אז מען קען גארנישט טאן.

ווייס האט זיך נישט געלאזט און געמאכט יאמערליכע קולות אויף אים "גנב" "רויבער" וואס די ביסט, גענוג געווען מיט דיר מען וועט מיט דיר מאכן אש און פרך, די האסט דעם רב ארום געפירט מיט ליגענטס און טאשן זיך דערווייל אנגעפילט.

עס איז זיך צוזאם געלאפן אן עולם פון די קולות, און מען האט פרובירט ווייס אראפצונעמען פון וואלערשטיין, אבער ער האט זיך נישט געלאזט, צום סוף האט ר' שטיינבערג זיי צוטיילט, און ווייס האט אים געזאגט די זאלסט זיך נישט וואקן אריינצוטערעטן אין ביהמ"ד ווייל די וועסט ארויספליען.

תוקן על ידי - כל_העולם - 18/01/2006 22:09:21

לולא_תורתך » 18/1/2006 23:49

יא יא. מאכטס מעשיות אהרונים'לעך... לאכן לאכט ווער ס'לאכט די לעצטער.