היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » טאהשער רבי קומט צופארען קיין ניו יארק

טאהשער רבי קומט צופארען קיין ניו יארק

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1759288

144Wilson » 11/1/2006 19:52

היינט מיטוואך פארטאגס איז טאהשער רבי שליט"א געקומען צו פליען קיין ניו יארק פאר א קארצע באזוך, ווי ער וועט באזוכען אין ניו יארק און אין ניו ד'זערסי, די חשובע נגידים וואס העלפען ארויס לטובת המוסדות אין קרית טאהש,

אזוי ווי די דארטיגע מוסדות שטייען אין זייער א שווערע מצב, און כדי צו קענען דעקען די טאג טעגליכע גרויסע הוצאות, האט רבי שליט"א געמוזט ארויס קומען פון דעם הייליגען שטעטל צו אחינו בני ישראל בניו יארק

ווי אויך וועט דער רבי זיין אין מאנסי מנחם אבל זיין דעם חשובען שו"ב פון קרית טאהש הרה"ח ר' פנחס האלפערין הי"ו און די ברודערס, וואס זיצען שבעה נאך זייער מאמע, די פרוי פון להבח"ל הרה"ח ר' מרדכי לייב האלפערין הי"ו מאנסי,

ווי די גבאים גיבען איבער וועט דער רבי שליט"א נאך היינט שפעט ביינאכט צוריק פליען קיין קרית טאהש

quebec » 11/1/2006 20:36



144wilson



זייט ווען איז טאהש אין אפסטעיט ניו יארק???


SatmarBum » 31/12/2010 06:13

ווידיא פון הרה"ק מ'טאהש שליט"א אין ניו יארק תשס"ח