ס'איז לעצטענס שוין דא עטליכע קימפעטארין היימען,
אמאל געווען "ילד שעשועים"
היינט דא
אם בישראל
אם וילד
סיגעיט
??
בקרוב קומט צו נאך איינס אין קרית יואל
וועלכע איז לויט אייער ד.ה. אייער ווייב'ס עקספיריענסד די בעסטע אין וועלכע הינזיכטן
און וויאזוי איז דאס קאמפערט צו "ילד שעשועים"
ביטע ענטפערן ווייל ס'איז מיר נוגע למעשה אין די קומענדיגע טעג
תודה רבה
ערשט מזל טוב!
לויט ווי אזוי יאך ווייס פון די אינפארמאציע וואס רביצין סאכדעס האט מיר געזאגט, איז די אין לעיקוואד די בעסטע.
יעדע האט זיינע מעלות.
ביי די פרויען איז די מערסטע אויפגעפיקט "סקווירא". מען זאגט אז פאר די קימפעטארינס איז דארט א מחי'. דאס עסן און די שיינקייט פונעם פלאץ.
אין לעיקוואוד זענען למעשה דא, לפי ידיעתי, די בעסטע נוירסעס. (אגב ווייס איך נישט וועלכע השגחה זייער עסן האט, אמאל האבן זיי געהאט זייער א גוטן הכשר, נאכדעם האט זיך עס געטוישט. אבער דאס קען מען בפשטות גרינג געוואויר ווערן).
סיגעיט האט די אמאליגע אייגנארטיגע חן. עס זענען דא פרויען וואס האבן יענץ די בעסטע ליב ווייל ס'איז די נענטסטע צו וומ"ס און ב"פ (אויב דו וואוינסט אין ברוקלין). אויסער דעם איז עס אויך די ביליגסטע. איז אויב די פרוי איז צופרידן דארט לוינט עס זיכער אויסצופרובירן.
הקיצור: אלע 3 האבן זיך יעדער זיינע מעלות. קענסט יעדעס מאל עס ווערט דיר געבוירן א קינד, שיקן דיין ווייב ערגעץ אנדערש, און נאכדעם וועסטו שוין האבן א פונקטליכן רעפארט לויט די אשת חיל'ס טעיסט.
אגב: הרבנית מקרית יואל תחי' עפנט אויך אי"ה בקרוב א קימפעטארין היים.
קען מען שוין זאגן מזל טוב?
my wife was in yeled and in seagate she tried by one birth to go to square but at that time they were not so big yet and they olny had a temporary room available so she went to seagate she liked it very much what she heard from neighbors square has good food but the nursery is not as good lakewood is just the opposite the food is fair and the nursery is good every thing has maalos and chasroines wherever you go and whatever you do should be with mazel
מיין אשת חיל שטימט פאר סקווער.
א שאלת תם, וויפל קאסט עס? אינשורענס צאלט?
ברוכים תהיו פאר אלע גוט וואונטשער
פון אנדערע אינפאמראציע הער איך אז לעיקוואד איז זייער פערזענליכע סערוויס, מען וועט נאכקומען די קימעפטארינס וואונטש, צו האלטן די קינד, צו ברענגן די קינד, ווען זי וויל יא אדער נישט געבן עסן.
דאס עסן איז נישט אזוי גוט ווי אין אנדערע מקומות, אבער נישט ביי יעדע פרוי איז דאס עסן דער עיקר, אין אזא צייט וויל מען די מנוחה, און אין סקווירא איז מער ווי א קעמפ מיט שטרענגע רעגואלציעס.
די הכשר פון לייקוואד איז הרה"ג ר' בצלאל קליין דומ"ץ סאטמאר
מיין אויסוואהל דאס מאל איז לייקוואד בע"ה, כ'וועל ברענגן א באריכט בלי נדר
מיין ווייב איז געווען כמה פעמים אין לעיקוואד אין געווען שטארק צופרידען.
דאס איז א פראפעשאנאל פלאץ, דער זעלבער סטעף פון א מושב זקנים, ממילא זענען אלע נורסעס אין ארבייטער פון ערשטער קלאס.
אויב אין סקווער איז דא בעסערע עסען געדענק איך משנים קדמוניות אז אין סיגעיט אז דאס אויך געווען אין בעסטן ארדענונג, קען מען דאך בלייבען אין שטאט.
א גוטע וואך!
קען מיר איינער געבן די "פאון נומבער" פון לייקוואד?
איך זוך עס שוין פאר צוויי טעג.
איז עס אמת אז אין "סקווירא" ברויך מען האבן פראטעקציע? אנדערש קען מען זיך נישט אריינבאקומען דארט, נאר מיט אן אפוינטמענט פון פריער.
ווייסט איינער די פרייזן פון די אלע קימפערטארן היימען?
די נומער איז:
732-252-1200
אלבערט, זייער גערן, עניטיים...
אינגערמאן :
א יונגעל אדער א מיידל?