היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סאטמאר קהילה אין אריזאנא?

סאטמאר קהילה אין אריזאנא?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1758344

itzik18 » 11/1/2006 03:38

אין די "דזויש פרעס" (Jewish Press) צוויי וואכען צוריק אין די "מחברת" סעקשאן פון ר' גרשן טאנענבוים איז געוועזן א ארטיקל וועגן יום הצלת רבינו, זי"ע, כ"א כסלו.

דארט איז געווען א ליסט פון אלע פלעצער ווי סאיז געווען א סועדת הודאה איבער די גאנצער וועלט לכבוד כ"א כסלו אין פארשידענער סאטמאר קהילות.

בתוכם איז געווען אריזאנא (Arizona)!

וואס איז די מעשה וועגן די סאטמאר קהילה אין אריזאנא???

אין וועלעכער שטאט אין אריזאנא?

ווער איז רב דארט?

איז דאס טאקע אמת בכלל?

אפשר איינער וויסט?

אלבערט » 11/1/2006 05:39

לכאורה!

מיינען זיי די שטעטל "האט ספרינגס" וואס איז און אריזאנע,

עס פאהרן זיך דארט אפרוהען אין די ווינטער אסאך עלטערע
אידן צווישן זיי אויך סאטמערע חסידים,

האבן זיי זיך צוזאם גענומען אין געמאכט א סעודה
לכבוד כ"א כסלו.

אינגערמאן » 11/1/2006 17:12

האט ספרינגס איז נישט אריזאנע, האט ספרינגס איז קאליפארניע

אין אריזאנע איז דא ר' זכרי' ברוינער'ס ישוב, ר' זכרי' פון די ראשי קהלת סאטמאר אין בארא פארק האט דארט א ישוב וואו ס'האלטן זיך אויך די וואס דארף די ספעצעיעלע לופט, וואס איז זייער גוט פאר אסטמא-ליידענדע ל"ע א.ד.ג.

כ'ווייסט נישט קיין דיטעילס וואס ער האט דארט, אבער ס'פלעגט זיין אדווערטייזט אין דער איד אמאל

מסתמא איז דארט געווען די סעודת הודאה

תוקן על ידי - אינגערמאן - 11/01/2006 17:16:48

ekstein » 12/1/2006 03:12

רבינו זי"ע איז געווען אין אריזאנע שנת תשל"ג אבער ל"ב חנוכה
עס איז אפילו אהין געפארען א קאפעליע מיט זינגערס פאר די הנירות עס איז דא צו באקומען די טעיפס פין הדלקות הנירות פין רבינו הקדוש זי"ע אין אריזאנע

אגב אזוי ווי זייער אסאך היימישע קינדער ליידען ליידער פין עקזימא אין אנדערע עלערדזשי זאכען איז דא א גרויסע געפארעטס אהין ווי עס א ספעציעלער גוטער פלאץ פאר דעם
ליוט ווי געדענק איז אין איינע פין די לעצטע יארן געווען דאטרטען א חדר פאר די היימישע קינדער וואס מוזען אהין פארן פארן געזונט

ווילי_יונג » 12/1/2006 07:30

עס קען נישט זיין ר' זכרי'ס ישוב ווייל ער עפענט הערשט נאך חנוכה.

רבי_יונה » 12/1/2006 20:39

זה הבית שבו שבת רביה"ק באריזאנא (לקח שנת תשנ"ה בערך)

רבי_יונה » 12/1/2006 20:41

זהו
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 12/1/2006 20:43

כאן יכול לראות רביה"ק מסאטמאר.... בהבית הנ"ל בשנת תשל"ב(ג)
[בילד – נישט אפגעהיט]