עס קומט פאהר היינט - עשרה בטבת - אן אסיפה בראשות ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אין די "עיר התורה" מונסי. אלע מנהלי המוסדות (גשמיים ורוחניים) זענען געלאדענט.
עס זעהט אויס אז זיי ווילען מתקן זיין גאר שטרענגע תקנות בנוגע דעם באנוצונג מיט דעם אינטערנט אזוי ווי אין לעקוואד. אין לעקוואד האט מען ארויסגעווארפן אינגערלייט פון כולל ווייל זיי האבען פארמאגט דעם טריפענעם קומפיוטער (אהן א אינטערנעט).
לאמיר דיבאטירען די נושא אביסעל, בלאזט אייערע מיינונגען.
דאס איז מיין "שטיקעל פון מוח":
עס איז בלי שום ספק אז די אינטערנט קען גורם זיין צו
אומווערדיקייטען, די שאלה איז נאר וואס מען טיט זיך צו באווארענען.
די רבנים פארגעסן אז אין אפאהר יאהר וועט מען ניצען א קומפיוטער מער ווי א טעלעפאן. אמאהל האבען מאנכע געוואלט אסור'ן דעם טעלעפאן מורא האבענדיג עס וועט ברענגען אומווערדיקייטען.
אלזא לאמיר מאכען א חשבון הנפש, האט די טעלעפאן געהאט א האנט אין טויזענטער מכשולות? מנהסתמא יא, אבער ווער האט נישט א טעלעפאן אינדערהיים צוליב דעם? וועלעכע רב האט נישט פינעף טעלעפאן ליינס?
עס איז א גזירה שהציבור אינו יכול לעמוד בו.
אנשטאט טראכטען פון עיצות ותחבילות מאכט מען א "סלעם דונק" איסור.
עס וועט האבען פינקט די פארקערטע תוצאות!
אייערס אמתדיג
טשולנט טאפ