היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בושות ביי יואלי גאלד תנאים

בושות ביי יואלי גאלד תנאים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1758011

ווארהייט » 10/1/2006 21:51

נעכטן נאכט ביי יואלי גאלד'ס תנאים ביים רבין אין שטוב, איז געווען גרויסע בושות פאר ר' זלמן לייב'ן

פאר עפעס א סיבה האט משה גבאי באשלאסן צוצופיקסן ר' זלמן לייב'ן, אדער האט ער שוין אליינס געגלייבט אז ער איז יא א תלמיד חכם...

בקיצור, אינמיטן די תנאים האט זיך משה הויעך אנגערופן און מכבד געווען ר' זלמן לייב'ן צו "זאגן תורה" !!!

נו, מער האט אים נישט געפעלט... ר' זלמן לייב האט זיך דאך אוודאי געהאט פארגעקוקט א תורה אזוי ווי דער חתן קוקט זיך פאר דאס פשט'ל... ער האט זיך גענומען ווארפן קאלירן, און זיך געטרייט ארויסצודרייען פון זאגן, אבער משה האט נישט נאכגעלאזט, און שטיל געמאכט דעם עולם, אז "דער רב גייט זאגן תורה"...

ענדליך האט ער אנגעפאנגען צו שטאמלען עפעס ווערטער, דער פסוק זאגט וכו', אבער נאך אפאר מינוט האט ער זיך פארהאנקערט און נישט געקענט ווייטער זאגן...

משה האט זיך גענומען שרייבן הויעך: "ברענגט א חומש פאר'ן רב"... !!!!

בקיצור, עס איז געווען חרפות און בושות...

צו ר' זלמן לייב'ס שלימזל זענען געווען דארט אסאך אהרונים (יואלי האט גערופן אלע זיינע אלטע חבירים פון זיין יוגענט, אריינגערעכנט ארונים) וועלכע האבן מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה און די בושות זענען געווען אין לשער

תוקן על ידי - ווארהייט - 10/01/2006 21:54:33

תוקן על ידי - כל_העולם - 11/01/2006 0:27:49

העטעכפעטעך » 10/1/2006 21:58

משה, טוט דאס פון צייט צי צייט פאר ר' זלמן לייב, ער איז זייער חושש אז ר' זלמן לייב וועט נאך מקיים זיין דעם "וישמן ישורן ויבעט", אלזא האט ער אים ליעב צוציפיקסען מזמן לזמן. אז ר' זלמן לייב זאל וויסן "אני בעל הבירה"



תוקן על ידי - כל_העולם - 11/01/2006 0:28:13

ארגינעלער » 10/1/2006 22:07


עס קיקט אויס אז פראדעל האט שוין מיט די אהרונים פארלוירן די קריג, הייבט ער יעצט אן מיט טשיף ראביי.

וועט זיין א שיינע מלחמה מיט ליפע קרויס.

אלעסאמת » 10/1/2006 22:22



תוקן על ידי - אלעסאמת - 10/01/2006 22:26:10

ווארהייט » 10/1/2006 22:52

באקומען אין תיבהאישית פון איינער וואס איז דארט געווען:

משה וואלף איז געשטאנען ביים תנאים אויפ'ן טיש מיט א ווידיא קעמרע און אפגעכאפט די גאנצע תנאים ואין פוצה פה ומצפצף.

דער רבי האט געלייענט די תנאים ווי מ' לייענט א צייטונג, מיט די אויגן, קיין איין ווארט האט מען נישט געהערט.

שקל_שלם » 11/1/2006 00:36

קוק ווי שיין זיי פאוזן פאר די פיקטשער...
[בילד – נישט אפגעהיט]

summer00 » 11/1/2006 00:53

can't see the picture

וואסענייעס » 11/1/2006 01:19

שקל לייג אריין די פיקטשער נאכאמהל מ'קען עס נישט זען

פאקטיש » 11/1/2006 01:29

פאקטיש מיינט שקל שלם אוודאי די בילד

שקל בין איך פאקטיש גערעכט

קרעדיט: זאלי חדשות אנש
[בילד – נישט אפגעהיט]

מבני_בניו » 11/1/2006 03:28

וואס זוכט דארט יצחק מאנדל? ער איז געקומען מגייר זיין די כלה?